Chavouot: La vie éternelle - שבֿועות: דאָס אייביקע לעבן

Laissez vous tenter par une autre blague!
...דאָס אייביקע לעבן
La vie éternelle

icone pencilדאָס אייביקע לעבן
La vie éternelle

1: הערט אַ מעשׂה ווי אַזוי אַ כּתרילעוועקער איז געווען בײַ אָדון ראָטשילד.
אַלע: אַ כּתרילעוועקער איז געווען בײַ אָדון ראָטשילד ?
1: איר ווילט הערן ? יאָ, צי ניין ?
2: שאַ, שטיל ! לאָזט הערן.
1: אַ ייִד קומט צו ראָטשילד און זאָגט :

"אָדוני ראָטשילד, איך האָב אײַך געבראַכט צו פֿירן אַן אַרטיקל וואָס מע קריגט דאָס נישט אין פּאַריז".
פֿרעגט אים ראָטשילד: "וואָס מיינט איר ?"
זאָגט דער ייִד: "דאָס אייביקע לעב!"
ראָטשילד פֿרעגט: "דאָס אייביקע לעבן ? ווי קען דאָס זײַן ?"
און דער ייִד ענטפֿערט:
"פּאַני ראָטשילד, זײַט זיך מטריח און קומט קיין כּתרילעווקע! בײַ אונדז, איז קיין גבֿיר נאָך קיין מאָל נישט געווען און קיין גבֿיר איז נאָך קיין מאָל נישט געשטאָרבן".