Langue Étrangère - Adulte:

Unité 2 > Leçon 3
צוריק אין שול > לאָמיר לייגן קאָפּ !
Retour à l’école > Réfléchissons !
 
  • Dans cette partie, le plan de l'unité entière est détaillé pour les 4 leçons qui composent cette unité.
  • Le plan accompagne l'enseignant tout au long de l’unité. Il permet de situer chaque module par rapport à l’ensemble de l'unité.
  • La durée de chaque module est donnée à titre indicatif, elle peut varier en fonction de la classe; le temps de correction n'y est pas inclus. 
  • Il est toujours conseillé de travailler en groupe ou en binôme.
  • Les réalisations individuelles sont à partager avec le groupe pour tirer le plus grand profit de l’enseignement.

צווייטער איינס: צוריק אין שול

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך מיטן קלאַס, באַנוצן זיך מיטן פּראָנאָם עס און מיט דעם אידיאָם עס איז דאָ / עס זענען דאָ.
פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן אַ בילד פֿון אַ קלאַס און פֿרעגן: וואָס איז דאָ אין קלאַס? מאָטיווירן די תּלמידים צו טרעפֿן די נײַע ווערטער.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער...
הענגט אויף אויפֿן טאָוול די נײַע ווערטער מיט די פּאַסיקע בילדער, ווענדט זיך צו יעדער תּלמידה מיט דער פֿראַגע: וואָס איז דאָס? שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול יעדן נײַעם זאַץ: דאָס איז אַ.... / דאָס זענען...
זיך צוהערן און לייענען דעם שמועס, לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, די תּלמידות זאָלן אַליין דערגיין צום כּלל. מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה, און בכּתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די נײַע ווערטער אין זאַצן.
שפּיל: כאַפּ דאָס וואָרט. מע זאָגט אַ נײַ וואָרט, יעדער איינער דאַרף אָנרירן דעם חפֿץ וואָס שנעלער און אויסשרײַען: דאָס איז… / דאָס זענען…
קולטור־ווינקל: די חשיבֿות פֿון לימוד בײַ ייִדן.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך בעסער מיטן לעבן אין קלאַס און אָנטייל נעמען אינעם DESIGN אויסשטעל פֿונעם קלאַס.
פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר.
פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
די לערערקע הענגט אויף בילדער מיט די ריכטונגען אַרום דעם קלאַס/ כּיוונים, רופֿט אויס דאָס וואָרט, ווײַזט אָן אויף איינער פֿון זיי און די תּלמידות דאַּרפֿן שפּרינגען צו דער ריכטונג.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער... הענגט אויף אַרום דעם קלאַס די נײַע ווערטער - ריכטונגען מיט די פּאַסיקע בילדער, ווענדט זיך צו יעדער תּלמידה מיט דער פֿראַגע: וווּ איז די טיר?... שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול יעדער נײַעם זאַץ: די טיר איז לינקס. אאַ"וו… מיט אַלע אָביעקטן און ריכטונגען. מע חזרט איבער די נומערן ביז צען.
זיך צוהערן און לייענען דעם שמועס, לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די נײַע ווערטער אין זאַצן.
קולטור־ווינקל: אידיאָמאַטישע אויסדרוקן.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך מיט די ווערבן און די גלידער וואָס מע באַנוצט אין קלאַס כּסדר, צוגעבן דעם פּראָנאָם מען, פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר.
שטעלן און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער… מע הייבט אָן מיט איבערחזרן די פֿריִערדיקע געלערנטע ווערטער. ווי תּמיד אין זאַצן.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
דער קאָנטראָל האָט אַ ריטואַל. אין קאָנטראָל־העפֿטל ווערן פֿאַרשריבן 5-6 זאַצן. נאָך דעם קאָרעגירט מען אויפֿן טאָוול. יעדער תּלמידה קומט צום טאָוול און דערגאַנצט אַ זאַץ. די תּלמידות בײַטן צווישן זיך די העפֿטלעך. יעדער איינע קאָנטראָלירט איר חבֿרטעס העפֿטל און גיט איר אַ צייכן. נול גרײַז - אויסגעצייכנט / איין גרײַז - זייער גוט / צוויי גרײַזן - גוט / דרײַ גרײַזן - נישקשה / פֿיר גרײַזן - נישט גוט חוזר־קאָנטראָל (10'). די לערערקע שטעלט די פֿראַגע: וואָס דאַרף מען צו לערנען? אַזוי חזרט מען איבער די ערשט געלערנטע ווערבן.
יעדער תּלמידה באַקומט אַ צעטל מיט אַ ווערב, אויסצושפּילן פֿֿאַרן קלאַס מיט פּאַנטאָמימע דעם באַטײַט פֿונעם וואָרט. דער קלאַס דאַרף טרעפֿן דעם ווערב.
די לערערקע פֿרעגט מיט וועלכן גליד מאַכט מען די פּאַסיקע פּעולה.
מע באַנוצט זיך מיטן פּראָנאָם: מען.
זיך צוהערן און לייענען דעם שמועס, לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכּתבֿ, לאָזן די תּלמידות אויסשטעלן דעם קלאַס לויט זייער פֿאַנטאַזיע און ווײַזן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די נײַע ווערטער אין זאַצן.
שפּיל: צוקלעפּן צעטעלעך מיט די נעמען פֿון די גלידער.
לידעלע: קאָפּ -אַקסלען...
קולטור־ווינקל: חדר פֿאַר מיידלעך

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך מיטן לעבן אין קלאַס.
די טעקע און דאָס שריײַבקעסטל.
און נאָך ווערבן וואָס מע באַנוצט אין קלאַס כּסדר.
פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר.
פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
די תּלמידות עפֿענען זייערע שרײַבקעסטלעך און רופֿן אויס וואָס זיי האָבן אין זייערע שרײַבקעסטלעך. תּוך כּדי ווײַזן זיי אָן אויף די פּאַסיקע בילדער און ווערטער.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער…
מע הייבט אָן מיט איבערחזרן די פֿריִערדיקע געלערנטע ווערטער. תּמיד אין זאַצן.
זיך צוהערן און לייענען דאָס מעשׂהלע, לאָזן די תּלמידות לייענען אויף אַ קול אויף אַ דערציילישן אויפֿן און גלײַכצײַטיק עס אויסשפּילן.
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר. מאַכן אַ סדר אין קלאַס און דרך־אַגבֿ אַרײַנפֿירן די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען. שליסן דעם איינס מיט אַ בעל־פּה־קאָנטראָל. .
לייענען: אויף אַ קול די אויפֿגאַבע: לאָמיר מאַכן אַ סדר. ווײַטער מאַכן אַ סדר אין קלאַס, זיך אַרומקוקן אַרום זיך און אויסרופֿן יעדער זאַך וואָס איז נישט אויף איר אָרט.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ.
אויספֿיר: '10
אויסלערנען דאָס לידעלע : גיטי און טובֿי באַגלייט מיט אַ טענצל.
קולטור־ווינקל: ייִדיש־לימוד הײַנט צו טאָג.
 
  • La vidéo sous-titrée est accompagnée de la transcription du texte permettant à l'enseignant de suivre le déroulement de la leçon.
  • L'enseignant trouvera des encadrés visuels en gris avec des consignes et actions à réaliser pendant le cours.
Objectifs - צילן

אין דער לעקציע פֿאַרברייט מען דעם סדר־הלימוד און דעם ווערטער־אוצר פֿון טאָגטעגלעכן לעבן אין קלאַס.
מע בייגט נײַע ווערבן אין דער איצטיקער צײַט, מע פֿאַרפֿעסטיקט די נײַע ווערטער און די סינטאַקטישע סטרוקטורן.
דער שמועס ווערט געפֿירט אויף לשון־נקבֿה, נאָר פֿאַרשטענדלעך אַז מע קען עס צופּאַסן צו יעדער סיטואַציע. דאָס פֿילמעלע אילוסטרירט דעם גאַנג פֿון דער לעקציע.

...
Vidéo du cours
לאָמיר לייגן קאָפּ!
Réfléchissons!

 

icone pencil
לעקציע נומער דרײַ
לאָמיר לייגן קאָפּ!

ערשטער שטאַפּל: איבערחזרן
דער לימוד אין קלאַס ווערט געפֿירט מיט אַ ריטואַל. באַגריסן דעם קלאַס, פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז זונטיק... חודש פֿון.. ., לעקציע נומער… און איבערזאָגן צוזאַמען. זינגען די לידער , אאַז"וו…איבערחזרן דאָס געלערנטע.

די לערערקע :
גוט־מאָרגן, תּלמידות!
די תּלמידות:
גוט־מאָרגן, גוט־יאָר לערערקע דבֿורה!
די לערערקע:
מיר חזרן איבער… קודם בעל־פּה, נאָך דעם בכתבֿ.
וואָס איז דאָ אין אונדזער קלאַס? וווּ איז די טיר? וווּ איז דער פֿענצטער?.
וואָס איז דאָס? ווער פֿעלט? (לאָזן די תּלמידות שטעלן די פֿראַגעס אין אַ קייט).
אין קאָנטראָל־העפֿטל ווערן פֿאַרשריבן 5-6 זאַצן.
נאָך דעם קאָרעגירט מען זיי אויפֿן טאָוול.

הײַנט איז…
לעקציע נומער…

קאָנטראָל נומער…

  • וואָס איז דאָס? ___________
  • וווּ איז די טיר? ____________
  • ווער פֿעלט? _____________
  • וואָס איז דאָ אין קלאַס? ________, ______, ______, _____.
  • _____, לינקס, ______ , פֿאָרנט, אין מיטן.
די לערערקע :
ווער קומט צום טאָוול?
אַ תּלמידה קומט צום טאָוול און דערגאַנצט אַ זאַץ. די תּלמידות בײַטן צווישן זיך די העפֿטלעך. יעדער איינע קאָנטראָלירט איר חבֿרהטעס העפֿטל און גיט איר אַ צייכן.
נול גרײַז- אויסגעצייכנט / איין גרײַז - זייער גוט / צוויי גרײַזן - גוט / דרײַ גרײַזן - נישקשה / פֿיר גרײַזן - נישט גוט חוזר־קאָנטראָל.

צווייטער שטאַפּל:
אויסלערנען די ווערבן מיטן פּראָנאָם מען און שטעלן די פֿראַגע: וואָס מאַכט מען אין ייִדיש־קלאַס?

יעדער תּלמידה באַקומט אַ ווערב פֿון די נײַע ווערבן אויסצושפּילן פֿֿאַרן קלאַס מיט פּאַנטאָמימע דעם באַטײַט פֿונעם וואָרט. דער קלאַס דאַרף טרעפֿן דעם ווערב.

 

פֿאַרשרײַבן די ווערבן אויפֿן טאָוול: מיט די פּאַסיקע בילדער הערן, לייענען, רעדן, שרײַבן, פֿאַרשטיין

אונטערשיידן דעם שורש פֿונעם אינפֿיניטיוו.

די לערערקע :
מיר בייגן די ווערבן.
איך הער, דו הערסט, ער הערט, זי הערט ...א.אַ.וו... אין קלאַס רעדט מען, לייענט מען, שרײַבט מען און פֿאַרשטייט מען.

אַנשרײַבן אויפֿן טאָוול:
אין קלאַס רעדט מען, לייענט מען, שרײַבט מען,
פֿאַרשטייט מען

די לערערקע דערקלערט ווען באַנוצט מען זיך מיטן פּראָנאָם מען. ווען עס רעדט זיך פֿון אַ ציבור, אַן עולם, אָבער מע בייגט עס אין איינצאָל.

 

אַנשרײַדריטער שטאַפּל
פֿאַרשרײַבן די גלידער אויפֿן טאָוול: מיט די פּאַסיקע בילדער
די אויגן, די אויערן, די האַנט ( די הענט), דער קאָפּ

די לערערקע:
(ווענדט זיך צו אַ תּלמידה) וואָס איז דאָס? (די לערערקע ווײַזט אָן אויף די אַלע גלידער און מע חזרט זיי איבער)
די תּלמידה:
דאָס זענען די אויגן.
די לערערקע:
דאָס זענען די אויערן?
די תּלמידה:
ניין. דאָס זענען די אויגן.
די לערערקע:
פֿרעג דײַן חברטע!
די תּלמידות:
דאָס איז דער קאָפּ?
די תּלמידות:
ניין, דאָס זענען די אויערן.
די לערערקע ווײַזט אָן אויף די גלידער און די תּלמידות ענטפֿערן.
די תּלמידות:
דאָס זענען די אויערן.
די תּלמידות:
דאָס זענען די אויגן.

די לערערקע פֿאַרשרײַבט אויפֿן טאָוול דעם פֿרעגזאַץ און שטרײַכט אונטער דעם סדר פֿון זאַץ.

 

פֿערטער שטאַפּל:

מיט וואָס הערט מען?

די לערערקע ווײַזט אָן אויף די גלידער און ווענדט זיך צו אַן אַנדער תּלמידה און חזרט איבער די פֿראַגע.

די לערערקע:
מיט וואָס הערט מען?
די תּלמידה:
מיט די אויערן.
די לערערקע:
(ווענדט זיך צו אַן אַנדערער תּלמידה).מיט וואָס לייענט מען?
די תּלמידה:
מיט די אויגן.
די לערערקע:
(ווענדט זיך צו אַן אַנדערער תּלמידה) און מיט וואָס פֿאַרשטייט מען?
די תּלמידה:
מיטן קאָפּ.
ווײַטער לייענען דעם שמועס, אַלע צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
די לערערקע:
ווער וויל לייענען דעם שמועס?
די תּלמידות לייענען.
די לערערקע:
מיר מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה. ווער ענטפֿערט?
אַלע צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
די לערערקע:
מיר שפּילן זיך!
אַ שפּיל: צעטיילן צעטלעך מיט די ווערטער : קאַָפּ, אַקסלען, הענט, פֿיס, אויערן, נאז, מויל און זיי אָנקלעפּן אויף אַ בילד, אָדער אויף אַ תּלמידה.
צום שליסן זינגט מען דאָס לידעלע: קאָפּ, אַקסלען…
אַלע: קאָפּ, אַקסלען, הענט און פֿיס
אויגן, אויערן, נאָז און מויל.
די לערערקע:
אין אַ זאַץ. וואָס איז דער עיקר?
אַלע:
דער עיקר איז לייגן קאָפּ! (איבערחזרן)
די לערערקע:
מיר בייגן די נײַע ווערבן: הערן און פֿאַרשטיין
מיר לערנען נײַע ווערטער: דער קאָפּ, די אויגן, די אויערן, די האַנט
מיר לערנען דעם פּראֳנאָם: מען
פֿאַרברייטערן:
קולטור: דער חדר פֿאַר מיידלעך
.אַ גוטן טאָג מיידלעך! אַ שיינעם דאַנק!
 
  • Introduire, en groupe, la thématique."Retour à l’école".
  • Projeter le diaporama et/ou la vidéo en alternant avec et sans le son.
  • Faire répéter la conversation en sous-groupe et corriger.
  • Faire connaissance des expressions et chansons sur le thème de l’enseignement. (voir TAB culture).
...
Vidéo de la conversation
לאָמיר לייגן קאָפּ!
Réfléchissons!

 

icone pencil
שמועס נומער דרײַ
לאָמיר לייגן קאָפּ!
די לערערקע:
וואָס מאַכן מיר אין קלאַס?
די תּלמידותּ:
מיר לערנען ייִדיש!
די לערערקע:
צו לערנען דאַרף מען: הערן, לייענען, רעדן, שרײַבן און דער עיקר פֿאַרשטיין. מיט וואָס הערט מען?
די תּלמידותּ:
מיט די אויערן!
די לערערקע:
מיט וואָס לייענט מען?
די תּלמידותּ:
מיט די אויגן!
די לערערקע:
מיט וואָס שרײַבט מען?
די תּלמידותּ:
מיט דער האַנט!
די לערערקע:
און דער עיקר מיט וואָס פֿאַרשטייט מען?
די תּלמידותּ:
מיטן דעם קאָפּ!

icone conversation
Conversation

Écoute bien afin d'entendre la prononciation, l'intonation et le rythme !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

...
Diaporama en vidéo

Ce diaporama a été fait en format vidéo (PowerPoint).

 

  • Travail individuel.
  • Proposer aux élèves de s’enregistrer et ensuite faire écouter à la classe les enregistrements.
  • Vérifier la prononciation.

Le Point Voca de cette leçon

œil דאָס אויג - די אויגן
oreille דער אויער - די אויערן
ainsi אַזוי
épaules די אַקסלען
falloir דאַרפֿן
main די האַנט - די הענט
écouter הערן
chanter זינגען
danser טאַנצן
chanson דאָס ליד
poser / se concentrer לייגן / לייגן קאָפּ
bouche דאָס מויל
avec מיט / מיט דעם - מיטן
on מען
essentiel דער עיקר
comprendre פֿאַרשטיין
tête דער קאָפּ

REMARQUE: Les noms sont indiqués au singulier et au pluriel, accompagnés par l'article défini qui permet de connaître le genre (masculin - דער, féminin - די, neutre - דאָס ).

La traduction d'un nom figure seulement au singulier.

icone conversation
Vocabulaire

Écoute bien afin d'entendre la prononciation et l'intonation puis, répète le mot écouté !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

 
  • Faire réaliser les exercices à l’oral et à l’écrit en binôme.
  • Si nécessaire, faire un récapitulatif des points grammaticaux et du vocabulaire utilisé.

 

Exercices Interactifs

Vocabulaire

Exercices Interactifs

Phrases

 

lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour imprimer ou télécharger cette page d'exercices au format pdf
 
  • Intégrer la grammaire graduellement après la pratique et l’acquisition de la conversation.
  • Faire un récapitulatif avant d’aborder les exercices.
Grammaire - גראַמאַטיק & Conjugaison - קאָניוגאַציע
עס איז דאָ - עס זענען דאָ

אײנצאָל

עס איז דאָ + איינצאָל ווערט עס איז דאָ אַ בוך אין שענקל.

מערצאָל

עס זענען דאָ + מערצאָל ווערט עס זענען דאָ ביכער אין שענקל.
ס'איז = עס איז ס'איז דאָ אַ טיש אין קלאַס.
ס'זענען = עס זענען ס'זענען דאָ טישן אין קלאַס.
אַ / אַן / קיין

עס איז דאָ אַ בוך אין שענקל. עס איז נישטאָ קיין בוך אין שענקל. עס זענען דאָ ביכער אין שענקל. עס זענען נישטאָ קיין ביכער אין שענקל.

כּלל

דער אַרטיקל אַ איז פֿאַר אַלע זאַכווערטער פֿון אַלע מינים.
אַ טאָוול, אַ וועלט, אַ בוך
פֿאַר אַ וואָקאַ ל, ווערט דער אַרטיקל אַן.
אַן עפּּל , אַן אויער
דער אַרטיקל אַ האָט נישט קיין מערצאָל.
ער זינגט אַ ליד. ער זינגט לידער.
דער נעגאַטיווער אַרטיקל קיין פֿאַרבײַט דעם אַרטיקל אַ/ אַן אין אַ נעגאַטיוון זאַץ.
אין אַ נעגאַ טיוון זא ץ ווערט געניצט קיין אויך אין מערצאָל.
דער תּלמיד לייענט נישט קיין בוך. דער תּלמיד לייענט נישט קיין ביכער.

דער פֿרעגזאַץ
1 2 3
ווער קומט צום טאָוול?
וואָס רעדן די שכנים?
וווּ שפּּילן מיר?
וואָסער טאָג איז הײַנט?
וויפֿל קינדער לערנען אין ייִדיש־קלאַס?
ווי איז דײַן פֿרײַנד?

כּּלל: סדר פֿון זאַץ

פֿרעגוואָרט ווערב המשך פֿון זאַץ

סדר פֿון זאַץ: דער געבייגטער ווערב מוז זײַן דער צווייטער איינס אין זאַץ. אין אַ פֿרעגזאַץ איז דאָס פֿרעגוואָרט דאָס ערשטע וואָרט.

דער פּראָנאָם מען

1 .דער פּראָנאָם מען, אין איינצאָל דריטע פּּערזאָן האָט דעם באַטײַט פֿון מערצאָל.

2 .דער פּראָנאָם מען: בײַט זיך לויט זײַן אָרט אין זאַץ.
פֿאַרן ווערב קומט מע.
מע לערנט אין שול.
נאָכן ווערב קומט מען.
אין קלאַס רעדט מען.

3.דער פּראָנאָם מען קומט פֿאַר אַ וואָרט וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ וואָקאַל אָדער אַ דיפֿטאָנג.
מען איז צופֿרידן.

דאָס זאַכוואָרט
אײנצאָל מערצאָל
דאָס אויג
דער אויער
די גאַס
די העפֿט
די וועלט
דער נומער
דער קלאַס
דער שמועס
דער אַקסל
דער טאָוול
דאָס בילד
דאָס ליד
דאָס בוך
דאָס מויל
די האַנט
דער טאָג
דער קאָפּ
דער זייגער
די לעקציע
די לערערקע
די ספֿרים־שאַפֿע
די פּּאָליצע
די פֿראַגע
דאָס מיידל
דאָס שענקל
די תּלמידה
דער שכן
דער פֿענצטער
די אויגן
די אויערן
די גאַסן
די העפֿטן
די וועלטן
די נומערן
די קלאַסן
די שמועסן
די אַקסלען
די טאָוולען
די בילדער
די לידער
די ביכער
די מײַלער
די הענט
די טעג
די קעפּּ
די זייגערס
די לעקציעס
די לערערקעס
די ספֿרים־שאַפֿעס
די פּּאָליצעס
די פֿראַגעס
די מיידלעך
די שענקלעך
די תּלמידות
די שכנים
די פֿענצטער
עס איז נישטאָ - עס זענען נישטאָ
עס איז נישטאָ קיין + אײנצאָל ווערט עס איז נישטאָ קיין מיידל אין שול.
עס זענען נישטאָ קיין + מערצאָל ווערט עס זענען נישטאָ קיין מיידלעך אין שול.
די אַרטיקלען
דער- די- דאָס
דער די דאָס
אויער
אַקסל
זייגער
טאָג
טאָוול
משיח
נומער
פֿרײַנד
קאָפּ
קלאַס
שכן
שמועס
גאַס
האַנט
העפֿט
וועלט
לעקציע
לערערקע
ספֿרים־שאַפֿע
פּאָליצע
פֿראַגע
תּלמידה
אויג
בוך
בילד
ליד
מויל
מיידל
שענקל

כּלל

1.יעדער זאַכוואָרט אין ייִדיש איז איינער פֿון די דרײַ מינים: זכר, נקבֿה, אָדער נייטראַל.
2.עס זענען נישט דאָ קיין אַבסאָלוטע כּללים כּדי צו באַשטימען דעם מין פֿון אַ זאַכוואָרט.
דערפֿאַר דאַרף מען לערנען יעדער זאַכוואָרט מיטן אַרטיקל.

דאָס זאַכוואָרט
אײנצאָל + ן = מערצאָל
דאָס אויג + ן = די אויגן
אײנצאָל + ען = מערצאָל
דער טאָוול + ען = די טאָוולען
אײנצאָל + ס = מערצאָל
די פּאָליצע + ס = די פּאָליצעס
אײנצאָל + ער = מערצאָל
דאָס בילד + ער = די בילדער
אײנצאָל + עך = מערצאָל
דאָס מיידל + עך = די מיידלעך
אײנצאָל - וי איבערקלאַנג + ער = מערצאָל
דאָס מויל + ער = די מײַלער
אײנצאָל - אָ איבערקלאַנג + ע = מערצאָל
דער טאָג = די טעג
אײנצאָל = מערצאָל
דער פֿענצטער = די פֿענצטער
אײנצאָל ל"ק נקבֿה + ות = מערצאָל
די תּלמידה = די תּלמידות
אײנצאָל ל"ק זכר + ים = מערצאָל
דער שכן = די שכנים

כּּלל

אין מערצאָל ניצט מען דעם אַרטיקל די פֿאַר אַלע מינים.
עס זענען נישט דאָ קיין אַבסאָלוטע כּללים כּדי צו באַשטימען די מערצאָל־פֿאָרמעס פֿון אַ זאַכוואָרט.
דערפֿאַר דאַרף מען לערנען יעדער זאַכוואָרט מיט דער מערצאָל־פֿאָרמע.

 

L’objectif de cette partie est de faire connaître:

  • L'importance de l'étude comme valeur suprême.
  • L'éducation des filles autrefois et aujourd'hui.
  • Les expressions et chansons sur le thème de l’enseignement.

Proverbe Yiddish

“אייביק לעבן, אייביק לערנען”

“אייביק לעבן, אייביק לערנען”

באַטײַט: דאָס ווערטל דריקט אויס די ווערט פֿון התמדה אין לימוד - La vie éternelle s'acquiert par la persévérance dans l'étude

La persévérance dans l'étude - די התמדה אין לימוד
icone-music "אויפֿן פּריפּעטישיק"
מאַרק וואַרשאַווסקי
La chanson: Oyfn Pripetchik

 

Paroles: אויפֿן פּריפּעטישיק

  אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
  און אין שטוב איז הייס,
  און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
  דעם אַלף־בית.
 
רעפֿרען:


זאָגט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טײַערע,
  וואָס איר לערנט דאָ;
  זאָגט זשע נאָך אַ מאָל, און טאַקע נאָך אַ מאָל:
  קמץ־אַלף: אָ!

  לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק,
  אַזוי זאָג איך אײַך אָן;
  ווער ס׳וועט גיכערפֿון אײַך קענען עבֿרי,
  דער באַקומט אַ פֿאָן.
  לערנט, קינדער, האָט נישט מורא,
  יעדער אָנהייב איז שווער;
  גליקלעך דער וואָס האָט געלערנט תּורה,
  צי דאַרף אַ מענטש נאָך מער?

  איר וועט, קינדער, עלטער ווערן,
  וועט איר אַליין פֿאַרשטיין,
  וויפֿל אין די אותיות ליגן טרערן און וויפֿל געוויין...

  אַז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפּן,
  אויסגעמוטשעט זײַן,
  זאָלט איר פֿון די אותיות כּוח שעפּן,
  קוקט אין זיי אַרײַן!

icone video “אויפֿן פּריפּעטשיק”
מאַרק וואַרשאַווסקי
Extrait d’un discours du Rebbe de Loubavitch - אַ שׂיחה פֿון ליובאַוויטשער רבין
icone video אַ שׂיחה פֿון ליובאַוויטשער רבין
Extrait d’un discours du Rebbe de Loubavitch
icone-micro שׂיחה פֿון ליובאַוויטשער רבין - אויפֿן פּריפּעטשיק
Extrait d’un discours du Rebbe de Loubavitch

רבותינו נשׂיאנו האָבן געשטורעמט אַז מען זאָל לערנען אותיות בפֿני עצמן, און די נקודות בפני עצמן.
און דערנאָך זיי מחבר זײַן ביחד בלימוד שלאחרי זה.
ושלא כּדעת הטועים אַז זיי רעכענען אַז דאָס האַלט אָפּ די ידיעות התּלמיד והתּלמידה וכו', נאָר ווי רבותינו נשׂיאנו האָבן מבֿאר געווען ומסביר געווען דאָס איז פֿאַרבונדן מיט נתינת התּורה מסיני.

און ווי דער פּרדס ברענגט אויכעט אַראָפּ אַז דאָס אַלץ למשה מסיני.

עזרא האָט דאָס מגלה געווען וכּיוצא בזה. אָבער דאָס למשה מסיני סײַ די אותיות סײַ די נקודות סײַ די הבֿרות זייערע וכו, און מען זאָל לערנען כּמדובר ווי רבותינו נשׂיאנו האָבן אויכעט מדגיש געווען בזה, און האָבן דערמיט אויכעט ממתיק געווען אַפֿילו דעם מנהג פֿון נשים זקנות. האָט דער רשב״א, אַ ייִד פֿון נגלה דער עיקר, איז אים דאָס מפֿליא אַ מנהג פֿון נשים זקנות בישׂראל, איז אַפֿילו אַז מ׳עט קומען בײַ אַלע גדולים זאָל מען דאָס ניט אָנרירן ווי באַלד אַז זיי האָבן דאָס אײַנגעפֿירט וכו'.

על דרך זה אויכעט ס׳איז דאָ דאָ אַ מנהג וואָס אַ מאָל איז געווען אַ מנהג אַ פּשוטער. ביז וואַנען אַז מען פֿלעגט דערמיט פֿאַרוויגן אַ קינד, בשעת ער איז נאָך געווען טרם ידע לקרוא. פֿלעגט מען פֿאַרוויגן מיט אַ לידעלע אַז ס׳איז דאָ אַ ליכטעלע וואָס ברענט, און דער רבי לערנט מיטן קינד קמץ־אַלף - אָ.

האָט מען דאָס מסביר געווען אַז דאָס איז ניט אַן ענין וואָס איז גלאַט באקראי בעלמא; דאָס איז מתקבל געוואָרן און נתפּשט געוואָרן בײַ נשי־ובנות־ישׂראל בדורותינו שלפֿני זה, אין די אַלע מחוזים פֿון תּורה ויהדות ויראת שמים מעבֿר לים. אַז מ׳פֿלעגט אַזוי פֿאַרוויגן אַ ייִדיש קינד מיט קמץ־אַלף - אָ, האָט דערנאָך נשיא דורנו מבֿאר געווען אַ קמץ־אַלף - אָ.

און צי דער מלמד ווייס פֿון דעם צי ניט אָבער מיינען מיינט מען עס, און דאָס ווערט אײַנגעפֿלאַנצט אין דעם קינד בטרם ידע קרוא וכתוב, אַז קמץ־אַלף - אָ דאָס איז דער אַלף פֿון אנכי. וואָס ער איז כּולל דעם גאַנצן דיבור ראשוני: והדיבור ראשון כּולל את כּל עשׂרת־הדיברות און זיי זענען כּולל כּל תּורה־שבכּתב. ו״ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא״ בה כּלולה כּל התּורה־שבעל־פּה, שטייט עס מלכתחילה אין דעם אַלף פֿון אנכי וואָס נקודתו איז אַ קמץ, און עס ווערט דערנאָך דער חיבור פֿון דעם אַלף מיטן קמץ ווערט עס צוזאַמען ״אָ״ און דערנאָך איז ער ממשיך און עס ווערט ״אנכי״.

און דערנאָך ווי די גמרא מפֿרשת די פֿיר אותיות פֿון אנכי. זאָגט די גמרא פֿון שבת אַז די ראשי־תּיבֿות ״אנא נפֿשי כּתבית יהבית״, און בשעת מ׳זאָגט יהבית איז דאָס אַ המשכה. בשעת מען זאָגט כּתבית איז עס אַ פּעולה. בשעת מען זאָגט נפֿשי דאָס איז אַ דרגא. און בשעת מען זאָגט אנא איז דאָס עצמות ומהות. אָ דאָס איז דער אויף וועלכן מען קען זאָגן ״זה״. די מציאות האמיתית וואָס ״מאמיתת המצאו נמצאו כל הנמצאים״.

וואָס דערפֿון איז אויכעט פֿאַרשטאַנדיקט אַז דאָרטן פּאַסט דאָך נישט קיין נקודה. אַ נקודה איז אַ ביאור און אַ פּירוש צו דעם אות. וואָס אַ מאָל קען דאָס זײן אַזאַ מין אַלף וואָס ער איז די התחלה פֿון אנכי. אַ מאָל ווערט עס אַן אַלף וואָס דאָס איז די התחלה פֿון אנחנו, ווערט עס מיט אַ פּתח ועל דרך זה בכל הנקודות שבתּורה.

בשעת מען זאָגט גלײַך דעם אַלף צוזאַמען מיטן ״אָ״ מיט דעם קמץ און מען לאָזט נישט קיין אָרט פֿאַרן אַלף בפֿני עצמו איז דאָס ניט נאָר ניט מסייע, אַז דאָס זאָל אײַנגעפֿלאַנצט ווערן אין דעם קינד, נאָר אַדרבא מען פֿלאַנצט אין אים אַרײַן אַן אַלף מיט אַ נקודה וואָס די פּשיטה פֿון אַ ייִד פֿון קינדווײַז אויף איז אַז צו אַלעם ערשטנס ווערט אַרײַנגעפֿלאַנצט אַן אַלף און נאָר דערנאָך איז דאָ אַן אַלף מיט אַ קמץ, ער קומט שוין אַזוי אין ״תּורה־אור״ און ״אָבֿיו מלמדו תּורה״ אָבער נאָך פֿאַר דעם ״אַלופֿו של עולם״.

ויהי רצון, כּמדובר, אַז פֿון אַלע יאָרן זאָל אַרויס אין פּועל, און בפֿרט דער עניין החינוך דער קמץ־אַלף - אָ וואָס דער רבי לערנט מיטן קינד איז דאָס די התחלה און גענוי דער אַלף פֿון ייִדישקײט איז דאָס אויכעט אַן ענין שהזמן גרמא: עתה אין דער צײַט, אַז ס׳ענדיקט זיך דער זמן וואָס מ׳געפֿינט זיך מחוץ לבית־הספֿר אָדער תּלמוד־תּורה אָדער די ישיבֿה און מע גרייט שוין די קינדער זאָלן אַרײַן אין אַ בית־ספֿר, זאָל עס זײַן אַ כּשרער בית־ ספֿר, נאָך מערער על טהרת־הקודש און דעמאָלט וועלן אויסוואַקסן די קינדער גדולים אין תּורה ומצוותיה און וועלן געבן אַ נחת־רוח אמיתי צו זייערע מחנכים און צו זייערע מדריכים און צו זייערע עלטערן.

Allons plus loin !

באַטײַט וואָרט בײַ וואָרט אויסדרוק
Entreprendre un projet irréalisable Apprendre la danse à un ours לערנען ווי אַ בער טאַנצן
Etudier progressivement Étudier comme un petit enfant לערנען ווי אַ קליין קינד

בשעת ייִנגלעך האָבן זיך געלערנט אין חדרים און ישיבֿות, איז פֿאַר מיידלעך, אין יענער צײַט נישט געווען קיין פֿאָרמאַליזירטער סיסטעם פֿון ייִדישער דערציִונג.

אַ חדר פֿאַר מיידלעך אין לאַסקערעוו, פּוילן די רביצין לערנט די מיידלעך לייענען. די שיטה איז געווען:


די "בית־יעקבֿ" שולנעץ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1917, ווען אַ נייטאָרין אין קראָקע, שׂרה שנירער, האָט באַמערקט, אַז צוליב דעם וואָס עס זענען נישטאָ קיין ערטער וווּ מיידלעך קענען זיך לערנען תּורה, זענען אַ סך פֿון זיי געפֿאַלן אַ קרבן פֿון אַסימילאַציע. מיט דער הסכּמה פֿונעם באַרימטן רבֿ, דעם חפֿץ־חיים, האָט שנירער אויפֿגעשטעלט די ערשטע לערן־אינסטיטוציע, וווּ מיידלעך קאָנען זיך לערנען סײַ תּורה, סײַ וועלטלעכע לימודים אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה.
דערצו האָט שׂרה שענירער באַקומען הסכּמות פֿונעם בעלזער רבין און גערער רבין.
בית־יעקבֿ האָט געשטרעבט אַז זייערע תּלמידות זאָלן ווערן לערערקעס און ווײַטער פֿאַרשפּּרייטן די בית־יעקבֿ־ווערטן.
מיטן ציל צו אויסשולן לערערקעס זענען אויך אָרגאַניזירט געוואָרן הויכע לימודים, "בתי־מדרשים" מיט אַ דרײַ־יעריקער פּראָגראַם.
הײַנט צו טאָג זענען בית־יעקבֿ־שולן פֿאַרשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט.

 
  • L’objectif est de vérifier l'intégration du vocabulaire, de la grammaire et de l'expression orale.
  • Les apprenants travaillent individuellement en temps limité.
  • Corriger les activités en classe.
  • Ces activités permettront de réviser des points lexicaux, grammaticaux ou socioculturels.

 

lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour télécharger le Dobble au format pdf
lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour télécharger cette page d'exercices au format pdf