באַקענען זיך מיטן קלאַס, באַנוצן זיך מיטן פּראָנאָם עס און מיט דעם אידיאָם עס איז דאָ / עס זענען דאָ.
פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.
באַקענען זיך בעסער מיטן לעבן אין קלאַס און אָנטייל נעמען אינעם DESIGN אויסשטעל פֿונעם קלאַס.
פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר.
פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.
באַקענען זיך מיט די ווערבן און די גלידער וואָס מע באַנוצט אין קלאַס כּסדר, צוגעבן דעם פּראָנאָם מען, פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר.
שטעלן און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.
באַקענען זיך מיטן לעבן אין קלאַס.
די טעקע און דאָס שריײַבקעסטל.
און נאָך ווערבן וואָס מע באַנוצט אין קלאַס כּסדר.
פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר.
פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.
אין דער לעקציע פֿאַרברייט מען דעם סדר־הלימוד און דעם ווערטער־אוצר פֿון טאָגטעגלעכן לעבן אין קלאַס.
מע בייגט נײַע ווערבן אין דער איצטיקער צײַט, מע פֿאַרפֿעסטיקט די נײַע ווערטער און די סינטאַקטישע סטרוקטורן.
דער שמועס ווערט געפֿירט אויף לשון־נקבֿה, נאָר פֿאַרשטענדלעך אַז מע קען עס צופּאַסן צו יעדער סיטואַציע. דאָס פֿילמעלע אילוסטרירט דעם גאַנג פֿון דער לעקציע.
דער לימוד אין קלאַס ווערט געפֿירט מיט אַ ריטואַל. באַגריסן דעם קלאַס, פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז זונטיק... חודש פֿון.. .און לעקציע נומער… און איבעזאָגן צוזאַמען. זינגען די לידער , אאַז"וו…איבערחזרן דאָס געלערנטע.
ערשטער שטאַפּל:
די פֿערטע לעקציע איז תּמיד אַנדערש. מע זיצט אין אַ קרײַז.
אויפֿן עקראַן ווערט פּראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע און די לערערקע לייענט דאָס מעשׂהלע.
צווייטער שטאַּפּל:
די לערערקע בעט פֿון יעדער איינער צו עפֿענען דאָס שרײַבקעסטל און אויסרופֿן וואָס איז אין אים דאָ.
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול
וואָס איז דאָ אין דײַן שרײַבקעסטל ?
עס איז דאָ אַ….. עס זענען דאָ…..
איינצאָל מערצאָל
דער בלײַער מעקער |
די ווירע פּען קלעפּ שער |
דאָס | די די פֿאַרבן |
דריטער שטאַפּל: די טעקע - מערצאָל פֿון די זאַכווערטער.
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול :
איינצאָל מערצאָל
דער קלאַסער |
די העפֿט פֿאַרב |
דאָס בוך |
די ביכער העפֿטביכן פֿאַרבביכן קלאַסערן |
פֿערטער שטאַפּל: אויסשפּילן די מעשׂה גרופּעסווײַז.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ.
אַ גוטן טאָג מיידלעך!
אַ שיינעם דאַנק!
מוצאי־שבת.
מאָרגן איז דער ערשטער
טאָג אין קלאַס. גיטעלע גרייט איר טעקע.
וואָס לייגט זי אַרײַן אין טעקע:
די פֿאַרבן,
די העפֿטן,
די קלאַסערן,
די ביכער,
און דאָס שרײַבקעסטל.
אין שרײַבקעסטל זענען דאָ:
דער בלײַער,
דער מעקער,
די ווירע,
די שער,
די קלעפּ,
און די פּען.
גיטעלע שרײַבט אין איר העפֿט די היימאַרבעט.
אין קלאַס זיצן גיטעלע און טובֿי צוזאַמען און זיי הערן וואָס די לערערקע לערנט.
און ווי תּמיד זינגען זיי אַ ליד: גיטי און טובֿי:
זינגען צוזאַמען, טאַנצן צוזאַמען, שפּילן צוזאַמען, שרײַבן צוזאַמען. זינגען - טאַנצן - שפּילן - שרײַבן. אַלע צוזאַמען - אַלע צופֿרידן!! |
גיטי און טובֿי, גוטע חבֿרטעס. מיט זיי - לערנען. זינגען, טאַנצן און שפּילן, שרײַבן, לייענען און רעדן. |
Écoute bien afin d'entendre la prononciation, l'intonation et le rythme !
Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant
Ce diaporama a été fait en format vidéo (PowerPoint).
son/sa | איר |
crayon | דער בלײַער |
préparer | גרייטן |
devoirs | די היימאַרבעט |
préparation | די הכנה - די הכנות |
ce qui, ce que | וואָס |
règle | די ווירע |
qui | וועמען |
à qui | פֿון וועמען |
cartable | די טעקע |
demain | מאָרגן |
conte | די מעשׂה |
le soir à l'issue du shabbat | מוצאי־שבת |
gomme | דער מעקער |
couleurs | די פֿאַרבן |
stylo | די פּּּען |
ensemble | צוזאַמען |
classeur | דער קלאַסער - די קלאַסערן |
colle | די קלעפּּּ |
ciseaux | די שער |
trousse | דאָס שרײַבקעסטל |
toujours | תּמיד |
REMARQUE: Les noms sont indiqués au singulier et au pluriel, accompagnés par l'article défini qui permet de connaître le genre (masculin - דער, féminin - די, neutre - דאָס ).
La traduction d'un nom figure seulement au singulier.
Écoute bien afin d'entendre la prononciation et l'intonation puis, répète le mot écouté !
Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant
אײנצאָל
עס איז דאָ + איינצאָל ווערט | עס איז דאָ אַ בוך אין שענקל. |
---|
מערצאָל
עס זענען דאָ + מערצאָל ווערט | עס זענען דאָ ביכער אין שענקל. |
---|
ס'איז = עס איז | ס'איז דאָ אַ טיש אין קלאַס. |
---|---|
ס'זענען = עס זענען | ס'זענען דאָ טישן אין קלאַס. |
עס איז דאָ אַ בוך אין שענקל. עס איז נישטאָ קיין בוך אין שענקל. עס זענען דאָ ביכער אין שענקל. עס זענען נישטאָ קיין ביכער אין שענקל.
כּלל
דער אַרטיקל אַ איז פֿאַר אַלע זאַכווערטער פֿון אַלע מינים.
אַ טאָוול, אַ וועלט, אַ בוך
פֿאַר אַ וואָקאַ ל, ווערט דער אַרטיקל אַן.
אַן עפּּל , אַן אויער
דער אַרטיקל אַ האָט נישט קיין מערצאָל.
ער זינגט אַ ליד. ער זינגט לידער.
דער נעגאַטיווער אַרטיקל קיין פֿאַרבײַט דעם אַרטיקל אַ/ אַן אין אַ נעגאַטיוון זאַץ.
אין אַ נעגאַ טיוון זא ץ ווערט געניצט קיין אויך אין מערצאָל.
דער תּלמיד לייענט נישט קיין בוך. דער תּלמיד לייענט נישט קיין ביכער.
1 | 2 | 3 |
ווער | קומט | צום טאָוול? |
וואָס | רעדן | די שכנים? |
וווּ | שפּּילן | מיר? |
וואָסער טאָג | איז | הײַנט? |
וויפֿל קינדער | לערנען | אין ייִדיש־קלאַס? |
ווי | איז | דײַן פֿרײַנד? |
כּּלל: סדר פֿון זאַץ
פֿרעגוואָרט | ווערב | המשך פֿון זאַץ |
סדר פֿון זאַץ: דער געבייגטער ווערב מוז זײַן דער צווייטער איינס אין זאַץ. אין אַ פֿרעגזאַץ איז דאָס פֿרעגוואָרט דאָס ערשטע וואָרט.
1 .דער פּראָנאָם מען, אין איינצאָל דריטע פּּערזאָן האָט דעם באַטײַט פֿון מערצאָל.
2 .דער פּראָנאָם מען: בײַט זיך לויט זײַן אָרט אין זאַץ.
פֿאַרן ווערב קומט מע.
מע לערנט אין שול.
נאָכן ווערב קומט מען.
אין קלאַס רעדט מען.
3.דער פּראָנאָם מען קומט פֿאַר אַ וואָרט וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ וואָקאַל אָדער אַ דיפֿטאָנג.
מען איז צופֿרידן.
אײנצאָל | מערצאָל |
דאָס אויג דער אויער די גאַס די העפֿט די וועלט דער נומער דער קלאַס דער שמועס דער אַקסל דער טאָוול דאָס בילד דאָס ליד דאָס בוך דאָס מויל די האַנט דער טאָג דער קאָפּ דער זייגער די לעקציע די לערערקע די ספֿרים־שאַפֿע די פּּאָליצע די פֿראַגע דאָס מיידל דאָס שענקל די תּלמידה דער שכן דער פֿענצטער |
די אויגן די אויערן די גאַסן די העפֿטן די וועלטן די נומערן די קלאַסן די שמועסן די אַקסלען די טאָוולען די בילדער די לידער די ביכער די מײַלער די הענט די טעג די קעפּּ די זייגערס די לעקציעס די לערערקעס די ספֿרים־שאַפֿעס די פּּאָליצעס די פֿראַגעס די מיידלעך די שענקלעך די תּלמידות די שכנים די פֿענצטער |
עס איז נישטאָ קיין + אײנצאָל ווערט | עס איז נישטאָ קיין מיידל אין שול. |
---|---|
עס זענען נישטאָ קיין + מערצאָל ווערט | עס זענען נישטאָ קיין מיידלעך אין שול. |
דער | די | דאָס |
אויער אַקסל זייגער טאָג טאָוול משיח נומער פֿרײַנד קאָפּ קלאַס שכן שמועס |
גאַס האַנט העפֿט וועלט לעקציע לערערקע ספֿרים־שאַפֿע פּאָליצע פֿראַגע תּלמידה |
אויג בוך בילד ליד מויל מיידל שענקל |
כּלל
1.יעדער זאַכוואָרט אין ייִדיש איז איינער פֿון די דרײַ מינים: זכר, נקבֿה, אָדער נייטראַל.
2.עס זענען נישט דאָ קיין אַבסאָלוטע כּללים כּדי צו באַשטימען דעם מין פֿון אַ זאַכוואָרט.
דערפֿאַר דאַרף מען לערנען יעדער זאַכוואָרט מיטן אַרטיקל.
אײנצאָל + ן = מערצאָל דאָס אויג + ן = די אויגן |
אײנצאָל + ען = מערצאָל דער טאָוול + ען = די טאָוולען |
אײנצאָל + ס = מערצאָל די פּאָליצע + ס = די פּאָליצעס |
אײנצאָל + ער = מערצאָל דאָס בילד + ער = די בילדער |
אײנצאָל + עך = מערצאָל דאָס מיידל + עך = די מיידלעך |
אײנצאָל - וי איבערקלאַנג + ער = מערצאָל דאָס מויל + ער = די מײַלער |
אײנצאָל - אָ איבערקלאַנג + ע = מערצאָל דער טאָג = די טעג |
אײנצאָל = מערצאָל דער פֿענצטער = די פֿענצטער |
אײנצאָל ל"ק נקבֿה + ות = מערצאָל די תּלמידה = די תּלמידות |
אײנצאָל ל"ק זכר + ים = מערצאָל דער שכן = די שכנים |
כּּלל
אין מערצאָל ניצט מען דעם אַרטיקל די פֿאַר אַלע מינים.
עס זענען נישט דאָ קיין אַבסאָלוטע כּללים כּדי צו באַשטימען די מערצאָל־פֿאָרמעס פֿון אַ זאַכוואָרט.
דערפֿאַר דאַרף מען לערנען יעדער זאַכוואָרט מיט דער מערצאָל־פֿאָרמע.
L’objectif de cette partie est de faire connaître:
באַטײַט: דאָס ווערטל דריקט אויס די ווערט פֿון התמדה אין לימוד - La vie éternelle s'acquiert par la persévérance dans l'étude
אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
און אין שטוב איז הייס,
און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
דעם אַלף־בית.
רעפֿרען:
רבותינו נשׂיאנו האָבן געשטורעמט אַז מען זאָל לערנען אותיות בפֿני עצמן, און די נקודות בפני עצמן.
און דערנאָך זיי מחבר זײַן ביחד בלימוד שלאחרי זה.
ושלא כּדעת הטועים אַז זיי רעכענען אַז דאָס האַלט אָפּ די ידיעות התּלמיד והתּלמידה וכו', נאָר ווי רבותינו נשׂיאנו האָבן מבֿאר געווען ומסביר געווען דאָס איז פֿאַרבונדן מיט נתינת התּורה מסיני.
און ווי דער פּרדס ברענגט אויכעט אַראָפּ אַז דאָס אַלץ למשה מסיני.
באַטײַט | וואָרט בײַ וואָרט | אויסדרוק |
Entreprendre un projet irréalisable | Apprendre la danse à un ours | לערנען ווי אַ בער טאַנצן |
Etudier progressivement | Étudier comme un petit enfant | לערנען ווי אַ קליין קינד |
בשעת ייִנגלעך האָבן זיך געלערנט אין חדרים און ישיבֿות, איז פֿאַר מיידלעך, אין יענער צײַט נישט געווען קיין פֿאָרמאַליזירטער סיסטעם פֿון ייִדישער דערציִונג.
אַ חדר פֿאַר מיידלעך אין לאַסקערעוו, פּוילן די רביצין לערנט די מיידלעך לייענען. די שיטה איז געווען:
די "בית־יעקבֿ" שולנעץ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1917, ווען אַ נייטאָרין אין קראָקע, שׂרה שנירער, האָט באַמערקט, אַז צוליב דעם וואָס עס זענען נישטאָ קיין ערטער וווּ מיידלעך קענען זיך לערנען תּורה, זענען אַ סך פֿון זיי געפֿאַלן אַ קרבן פֿון אַסימילאַציע. מיט דער הסכּמה פֿונעם באַרימטן רבֿ, דעם חפֿץ־חיים, האָט שנירער אויפֿגעשטעלט די ערשטע לערן־אינסטיטוציע, וווּ מיידלעך קאָנען זיך לערנען סײַ תּורה, סײַ וועלטלעכע לימודים אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה.
דערצו האָט שׂרה שענירער באַקומען הסכּמות פֿונעם בעלזער רבין און גערער רבין.
בית־יעקבֿ האָט געשטרעבט אַז זייערע תּלמידות זאָלן ווערן לערערקעס און ווײַטער פֿאַרשפּּרייטן די בית־יעקבֿ־ווערטן.
מיטן ציל צו אויסשולן לערערקעס זענען אויך אָרגאַניזירט געוואָרן הויכע לימודים, "בתי־מדרשים" מיט אַ דרײַ־יעריקער פּראָגראַם.
הײַנט צו טאָג זענען בית־יעקבֿ־שולן פֿאַרשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט.