Langue Étrangère - Adulte:

Unité 1 > Leçon 2
לאָמיר זיך באַקענען > מיר שמועסן
Faisons connaissance > La conversation
 
  • Dans cette partie, le plan de l'unité entière est détaillé pour les 4 leçons qui composent cette unité.
  • Le plan accompagne l'enseignant tout au long de l’unité. Il permet de situer chaque module par rapport à l’ensemble de l'unité.
  • La durée de chaque module est donnée à titre indicatif, elle peut varier en fonction de la classe; le temps de correction n'y est pas inclus. 
  • Il est toujours conseillé de travailler en groupe ou en binôme.
  • Les réalisations individuelles sont à partager avec le groupe pour tirer le plus grand profit de l’enseignement.

ערשטער איינס: לאָמיר זיך באַקענען

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך, פֿאָרשטעלן זיך, פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס, בייגן אַ ווערב אין איצטיקער צײַט.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער / פֿילם פֿון מענטשן וואָס באַגריסן זיך, מאָטיווירן די תּלמידים צו טרעפֿן די טעמאַטיק.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שטעלט זיך פֿאָר, ווענדט זיך צו יעדער תּלמידה, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול יעדן נײַעם זאַץ. לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך. זיך צוהערן און לייענען דעם שמועס. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, די תּלמידים זאָלן אַליין דערגיין צום כּלל. בייגן אַ ווערב אין דער איצטיקער צײַט. מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה, און בכתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
אויסלערנען דאָס ליד "גוט־מאָרגן", זינגען צוזאַמען און רעקאָרדירן.
קולטור־ווינקל: דערקלערן און איבערחזרן די באַגריסונגען.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַגריסן זיך און באַקענען זיך בעסער.פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער מיט פֿענער פֿון פֿאַרשידענע מדינות / פֿילם פֿון מענטשן וואָס שמועסן, מאָטיווירן דעם קלאַס צו טרעפֿן די טעמאַטיק: שפּראַכן.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, מע זינגט צוזאַמען דאָס ליד "גוט־מאָרגן", זי ווענדט זיך צו יעדער איינער און חזרט איבער די נעמען. מע פראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע מיטן קול, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול נעמען פֿון שפּראַכן און דעם ווערב רעדן. ווײַטער זיך ווענדן צו יעדער איינער מיט דער פֿראַגע: דו רעדסט… ?
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול די פֿרעגווערטער: ווער, וואָס...
צוהערן זיך נאָך אַ מאָל צום פֿילמעלע און לייענען דעם שמועס צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
.לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך, וועגן זיך און פֿאַר דער גאַנצער גרופּע
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
מיט בילדער פֿון באַקאַנטע פּערסאָנאַזשן שטעלן די פֿראַגעס: ווי הייסט ער ? וואָס רעדט ער ? ווער רעדט …?
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, לאָזן אַליין דערגיין צום כּלל: סדר פֿון זאַץ אויף ייִדיש: דער ווערב אויפֿן צווייטן גראַמאַטישן אָרט.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן פֿאַרן גאַנצן קלאַס דעם פּערסאָנאַזש פֿון בילד:  איך הייס, איך רעד....
אויספֿיר: '10
אויסלערנען דאָס ליד "ווי הייסטו", זינגען צוזאַמען און רעקאָרדירן.
קולטור־ווינקל: די ייִדישע שפּראַך צווישן די ייִדישע לשונות.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַגריסן זיך- המשך און באַקענען זיך מיט שכנים

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער מיט נעמען פֿון גאַסן / פֿילם פֿון מענטשן וואָס שמועסן אין גאַס, מאָטיווירן דעם קלאַס צו טרעפֿן די טעמאַטיק: שכנות.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
"די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, מע זינגט צוזאַמען דאָס ליד "גוט־מאָרגן" און "ווי הייסטו ?"
מע פראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע מיטן קול, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול נעמען פֿון גאַסן און דעם ווערב וווינען
ווײַטער זיך ווענדן צו יעדער איינער מיט דער פֿראַגע: זיך ווענדן צו יעדער איינער מיט דער פֿראַגע: דו וווינסט אין…?
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול די פֿרעגווערטער: ווער, וואָס, וווּ, ווי
ווײַזן בילדער פֿון מענטשן אין באַקאַנטע ערטער און פֿרעגן: ווי הייסן זיי ? וואָס רעדן זיי ? װוּ וווינען זיי ?
צוהערן זיך נאָך אַ מאָל צום פֿילמעלע און לייענען דעם שמועס צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך, וועגן זיך און פֿאַר דער גאַנצער גרופּע.
אויסלערנען דעם ווערב זײַן, פּראַקטיצירן דערווײַל נאָר בעל-פּה די פֿאָרמעס ער/זי איז - מיר/זיי זענען.
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו: אויסנאַם פֿון ווערב זײַן.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן דעם שמועס צווישן צוויי שכנים. פֿאַרברייטערן דעם שמועס מיט בילדער פֿון זייער אייגן וווינאָרט.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די ווערבן מיט אַ ניגון, זינגען צוזאַמען און רעקאָרדירן.
קולטור־ווינקל: נעמען בײַ ייִדן. פֿאָרשן זייערע אייגענע נעמען און משפּחה־נעמען.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך מיטן שטייגער־לעבן אין קלאַס

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער פֿונעם לעבן אין קלאַס, מאָטיווירן דעם קלאַס צו טרעפֿן די טעמאַטיק: דער סדר פֿון לימוד אין קלאַס.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
דער לימוד ווערט געפֿירט מיט אַ שטרענגן ריטואַל. באַגריסן דעם קלאַס, פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז זונטיק... לעקציע נומער...און זאָגן צוזאַמען. מע זינגט צוזאַמען דאָס ליד "גוט־מאָרגן", "ווי הייסטו ?" אאַז"וו…
תּמיד איבערחזרן די פֿאַרגאַנגענע לעקציע בעל־פּה.
ווײַזן אויפֿן אָביעקט און פֿרעגן: וווּ איז דער טאָוול, דאָס בוך ?,....מע פראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע מיטן קול, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די נײַע ווערטער.
אויסלערנען דעם ווערב זײַן, פּראַקטיצירן און בעל-פּה אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול.
צוהערן זיך נאָך אַ מאָל צום פֿילמעלע און לייענען דעם שמועס צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך, וועגן זיך און פֿאַר דער גאַנצער גרופּע.
פּראַקטיצירן די נומערן ביז 10 דרך-אַגבֿ, אַדרעס, טעלעפֿאָן־נומער, אאַז"וו.
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו: אויסנאַם פֿון ווערב זײַן און די פֿאָרמע׃ סטו
שמועסן צווישן די תּלמידות, אויסשפּילן " די קליינע לערערין", רעקאָרדירן דעם אינטערוויוּ מיט פּערסאָנאַזשן און אונטערשטרײַכן די פֿאָרמע׃ סטו.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל-פּה און בכתבֿ.
אויספֿיר: '10
שליסן דעם איינס מיט דידאַקטישע שפּילערײַען: ווערטער־סאַלאַט, טרעף ווער / וואָס איז עס ? מיט מימיק אָדער רמזים, וואָס פֿעלט ? בינגאָ, אאַז"וו…
קולטור־ווינקל: באַדײַט פֿון נומערן אויף ייִדיש. ווי ציילט מען מענטשן, אויסלערנען דאָס ליד "אַז איך בין איך" (קאָצקער רבי).
 
  • La vidéo sous-titrée est accompagnée de la transcription du texte permettant à l'enseignant de suivre le déroulement de la leçon.
  • L'enseignant trouvera des encadrés visuels en gris avec des consignes et actions à réaliser pendant le cours.
Objectifs - צילן

אין דער לעקציע לערנט מען זיך אויס ווי אַזוי צו פֿירן אַ שמועס: רעדן אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, שטעלן די פּאַסיקע פֿראַגע און ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע. בייגן אַ ווערב אין דער איצטיקער צײַט.
דער שמועס ווערט געפֿירט אויף לשון־נקבֿה, נאָר פֿאַרשטענדלעך אַז מע קען עס צופּאַסן צו יעדער סיטואַציע. ליכטבילדער באַגלייטן דעם שמועס. דער פֿילם אילוסטרירט די לעקציע.

...
Vidéo du cours
מיר שמועסן
La conversation
icone pencil
לעקציע נומער צוויי
מיר שמועסן

ערשטער שטאַפּל :

די לעקציע הייבט זיך אָן מיט אַ חזרה: גוט־מאָרגן, גוט־יאָר, איך הייס, דו הייסט… ווי הייסטו ? צו שאַפֿן אַ רוטינע

די לערערקע:
גוט־מאָרגן, תּלמידות !
די תּלמידות:
גוט־מאָרגן, לערערקע דבֿורה !
די לערערקע:
זייער־גוט, אַלע תּלמידות שטייען אויף !
די לערערקע + די תּלמידות:
מיר אָטעמען טיף דרײַ מאָל. גענוג מיידעלעך, זעצט זיך אַוועק.

די לערערקע שרײַבט אויפֿן טאָוול:

הײַנט איז דינסטיק ב' שבֿט, חודש פֿון ביימער.

לעקציע נומער צוויי.

די לערערקע:
הײַנט איז דינסטיק ב' שבֿט חודש פֿון ביימער, לעקציע נומער צוויי (יעדער חודש ווערט באַצייכנט: חודש פֿון…)
מיר חזרן איבער…(די ערשטע 4-5 מינוט חזרט מען איבער די פֿריִערדיקע לעקציע: ווי הייסטו ? איך הייס…)
די לערערקע:
איך הייס לערערקע דבֿורה (ווענדט זיך צו אַ תּלמידה): ווי הייסטו ?
די תּלמידות: (אין אַ קייט)
 איך הייס טשאַרנע, איך הייס פֿײַנע, איך הייס לבֿנה, איך הייס צייטל, איך הייס טוי, איך הייס סערקע, איך הייס טרויבעלע, איך הייס רייזעלע, איך הייס אָדעס, איך הייס מערגעלע, איך הייס נוימע, איך הייס בלימעלע.
(אַ קליינע גרופּע , ביז 15 תּלמידות, דערלויבט צו אויספֿרעגן אַלעמען).
די לערערקע:
זייער־גוט, גוט־מאָרגן, תּלמידות. איר ענטפֿערט: גוט־מאָרגן, גוט־יאָר. (חזרט איבער).
די תּלמידות:
גוט־מאָרגן, גוט־יאָר.
די לערערקע:
דו הייסט נוימע און דו הייסט בלימעלע. (ווענדט זיך צו איר)
בלימעלע ! פֿרעג איר: ווי הייסט זי ? פֿרעג איר: ווי הייסטו ?
בלימעלע:
: ווי הייסטו ?
די תּלמידה:
איך הייס מערגעלע. (א.א.וו. אין אַ קייט: ווי הייסטו ?...איך הייס…. אַ תּלמידה ווענדט זיך צו צו אַ צווייטער תּלמידה).
די לערערקע:
מיר חזרן: איך הייס, דו הייסט, זי הייסט. זייער גוט.

סוף פֿון דער חזרה

צווייטער שטאַפּל:

אויסלערנען דעם ווערב רעדן אין אַ זאַץ און שטעלן די פֿראַגע: וּוּאָס רעדט…?

די לערערקע:
הײַנט, מיר לערנען דעם ווערב רעדן.

פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול

רעדן

תּמיד אונטערשיידן דעם שורש פֿונעם אינפֿיניטיוו

די לערערקע:
איך רעד ייִדיש, (ווענדט זיך צו אַ תּלמידה) וואָס רעדסטו ? איך רעד ייִדיש, זי רעדט שפּאַניש, ער רעדט ענגליש, וואָס רעדסטו ? (ווענדט זיך צו אַן אַנדערער תּלמידה) וואָס רעדסטו ? דו רעדסט פֿראַנצייזיש. (די לערערקע שאָקלט מיטן קאָפּ און זאָגט) בלימעלע רעדט פֿראַנצייזיש. (שרײַבט אויפֿן טאָוול)

פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול

איך רעד ייִדיש

דו רעדסט פֿראַנצייזיש

זי רעדט העברעיִש / לשון־קודש

ער רעדט

 

פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול אין אַ זײַט דעם פֿרעגזאַץ

וואָס רעדט זי ?

וואָס רעדסטו ?

די לערערקע: (ווענדט זיך צו אַן אַנדערער תּלמידה און חזרט אויף דער פֿראַגע)
וואָס רעדסטו ?
די תּלמידה:
איך רעד ענגליש.
די לערערקע : (ווענדט זיך צו אַן אַנדערער תּלמידה)
און וואָס רעדט זי ?
די תּלמידה:
זי רעדט ייִדיש ?
די לערערקע: (ווענדט זיך צו אַן אַנדערער תּלמידה)
און וואָס רעדסטו ?
די תּלמידה:
איך רעד העברעיִש.
די לערערקע:
בלימעלע, דו רעדסט יאַפּאַניש ?
די תּלמידה:
ניין.
די לערערקע:
דו רעדסט ענגליִש ? אַ ביסל, יאָ, איך רעד אַ ביסל ענגליש, חזר איבער.
די תּלמידה:
איך רעד אַ ביסל ענגליש.
די לערערקע: (ווענדט זיך צו נאָך אַ תּלמידה, איין תּלמידה פֿרעגט דער צווייטער) 
פֿרעג לבֿנהען.
די תּלמידה:
לבֿנה! דו רעדסט ענגליש ?
לבֿנה:
אַ ביסל ענגליש.
די לערערקע: (ווענדט זיך צו נאָך אַ תּלמידה): 
פֿרעג איר.
די תּלמידה:
צייטל ! דו רעדסט ענגליש ?
צייטל:
יאָ, איך רעד ענגליש.
די לערערקע:
דו רעדסט גוט ענגליש.
צייטל:
איך רעד זייער־גוט ענגליש.
אָדעס:
טרויבעלע, דו רעדסט ענגליש ?
טרויבעלע:
ניין, איך רעד העברעיִש.
די לערערקע:
אין קלאַס רעדן מיר ייִדיש און העברעיִש, אין ישׂראל רעדן מיר העברעיִש, ווער רעדט גוט ענגליש ? זעקס מיידעלעך רעדן גוט ענגליש.
די לערערקע:
און ווער רעדט ייִדיש ? אַלע תּלמידות רעדן אַ ביסל ייִדיש. איצט מיר לייענען דעם שמועס.

ווײַטער לייענען דעם שמועס, אַלע צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז

די לערערקע:
גענוג, ווער וויל לייענען ? שטיי אויף און דו שטיי אויף.
(די תּלמידות לייענען פּאָרלעכווײַז).
די לערערקע:
פֿײַן,מיר חזרן אַלע צוזאַמען. (צום שליסן בייגן צוזאַמען דעם ווערב רעדן).
אַלע:
איך רעד, דו רעדסט, זי רעדט, ער רעדט.
די לערערקע:
אין אַ זאַץ.
אַלע:
איך רעד ייִדיש, דו, רעדסט פֿראַנצייזיש, זי רעדט העברעיִש, ער רעדט יאַפּאַניש.
די לערערקע:
די, נײַע ווערטער זענען:

פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול

וואָס רעדט זי ?

ווער רעדט ייִדיש ?

ווי הייסט זי ?

(איבערחזרן)
די לערערקע:
טוי, וואָס רעדט זי ?
טוי:
פֿראַנצייזיש
די לערערקע:
און ווי הייסט זי ?
טוי:
זי הייסט בלימעלע.
די לערערקע:
דו, לבֿנה, וואָס רעדט זי ?
לבֿנה:
זי רעדט לשון־קודש
די לערערקע:
און ווי הייסט זי ?
לבֿנה:
זי הייסט אָדעס
די לערערקע:
און ווער רעדט פֿראַנצייזיש ?
די תּלמידה:
בלימעלע רעדט פֿראַנצייזיש.
די לערערקע:
און ווער רעדט יאַפּאַניש ?
אַלע:
קיינער רעדט נישט יאַפּאַניש.
די לערערקע:
אָבער ווער רעדט ענגליש ? זיבן מיידעלעך רעדן גוט ענגליש. אַ גוטן טאָג מיידעלעך ! אַ שיינעם דאַנק !
 
  • Introduire, en groupe, la thématique “les langues”.
  • Projeter le diaporama et/ou la vidéo en alternant avec et sans le son.
  • Faire répéter la conversation en sous-groupe et corriger.
  • Faire, en groupe, un inventaire partiel des différentes langues juives (voir TAB “culture”)
    .
...
Vidéo de la conversation
מיר שמועסן
La conversation
icone pencil
שמועס נומער צוויי
מיר שמועסן
גוט־מאָרגן, הײַנט איז דאָנערשטיק ט' שבֿט.
מירעלע:
שלום־עליכם, שיינדל !
שיינדל:
עליכם־שלום, מירעלע !
מירעלע:
דו רעדסט העברעיִש ?
שיינדל:
יאָ, איך רעד העברעיִש און אַ ביסל ייִדיש. וואָס רעדט זי ?
מירעלע:
ליבע? זי רעדט שפּאַניש אויך.
שיינדל:
אין קלאַס רעדן מיר ייִדיש
 

icone conversation
Conversation

Écoute bien afin d'entendre la prononciation, l'intonation et le rythme !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

...
Diaporama en vidéo

Ce diaporama a été fait en format vidéo (PowerPoint).

 

  • Travail individuel.
  • Proposer aux élèves de s’enregistrer et ensuite faire écouter à la classe les enregistrements.
  • Vérifier la prononciation.

Le Point Voca de cette leçon

un peu אַ ביסל
mais אָבער
en אין
hébreu העברעיִש
que וואָס
qui ווער
oui יאָ
nous מיר
anglais ענגליש
français פֿראַנצייזיש
la classe דער קלאַס
parler רעדן
bonjour (salut à vous) שלום־עליכם
bonjour (en réponse) עליכם־שלום
discuter, converser שמועסן
espagnol שפּאַניש

REMARQUE: Les noms sont indiqués au singulier et au pluriel, accompagnés par l'article défini qui permet de connaître le genre (masculin - דער, féminin - די, neutre - דאָס ).

La traduction d'un nom figure seulement au singulier.

icone conversation
Vocabulaire

Écoute bien afin d'entendre la prononciation et l'intonation puis, répète le mot écouté !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

 
  • Faire réaliser les exercices à l’oral et à l’écrit en binôme.
  • Si nécessaire, faire un récapitulatif des points grammaticaux et du vocabulaire utilisé.

Exercices Interactifs

Vocabulaire

Exercices Interactifs

Phrases

 

lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour imprimer ou télécharger cette page d'exercices au format pdf
 
  • Intégrer la grammaire graduellement après la pratique et l’acquisition de la conversation.
  • Faire un récapitulatif avant d’aborder les exercices.
Grammaire - גראַמאַטיק & Conjugaison - קאָניוגאַציע
Les pronoms personnels
איך Je
דו Tu
ער Il
זי Elle
מיר Nous
איר Vous
זיי Ils / Elles
PARLER - רעדן

Radical: רעד; Désinence: -ן-

איך רעד
דו רעדסט
ער רעדט
זי רעדט
מיר רעדן
איר רעדט
זיי רעדן

Le présent de l’indicatif se forme en ajoutant des désinences (terminaisons) au radical.

Conjugaison du verbe au présent
La forme סטו

Si le pronom דו succède au verbe, il y a fusion du verbe et du pronom.

Que parles-tu ? (quelle langue parles-tu ?)
וואָס רעדסטו ?
S'APPELER - הייסן
איך הייס
דו הייסט
ער הייסט
זי הייסט
מיר הייסן
איר הייסט
זיי הייסן

Si le radical se termine en -ס-, il n'y a pas de redoublement de cette lettre à la deuxième personne du singulier.
La désinence sera -ט- au lieu de -סט-.

דו הייסט
ער הייסט
איר הייסט

Les désinences de איר, ער, דו sont identiques.

Conjugaison du verbe au présent
La syntaxe

Ordre des mots dans la phrase. Le verbe figure généralement en deuxième position syntaxique.

ער הייסט מענדל
ווי הייסט זי ?
Nom des pays et des langues

Les noms des pays et des langues sont employés généralement sans article.

זיי רעדן פֿראַנצייזיש
מיר רעדן ייִדיש

ÊTRE - זײַן

Verbe irrégulier

איך בין
דו ביסט
ער איז
זי איז
מיר זענען
איר זענט
זיי זענען
Questions directes

On commence les questions directes par des adverbes interrogatifs. Les adverbes interrogatifs constituent une unité syntaxique.

וווּ וווינען זיי ?
ווער איז די לערערקע ?
וואָס לערנען מיר ?
ווי הייסט די גאַס ?
וואָסער טאָג איז הײַנט ?

Salutations de base

- גוט-מאָרגן !
- גוט-מאָרגן, גוט-יאָר !

- זייער אײַנגענעם !
- זייער אײַנגענעם אויך מיר !

- שלום-עליכם !
- עליכם-שלום !

 

L’objectif de cette partie est de faire connaître:

  • les différentes manières de se saluer et de se présenter
  • la signification des prénoms
  • des chansons simples pour faciliter la mémorisation des expressions idiomatiques

Proverbe Yiddish

“ער איז מיט אים גוט־מאָרגן, גוט־יאָר”

“ער איז מיט אים גוט־מאָרגן, גוט־יאָר”

באַטײַט: מען באַנוצט זיך מיטן ווערטל, ווען עס רעדט זיך וועגן מענטשן וואָס באַציִען זיך קאַלט און פֿאָרמעל

Les salutations - באַגריסונגען
icone-music "גוט־מאָרגן ליד"
Masha Benya and Childrens Chorus
Paroles: "גוט־מאָרגן ליד"

  גוט־מאָרגן אײַך
  גוט־מאָרגן אַלעמען
  גוט־מאָרגן אײַך.
  אַ גוט־מאָרגן, גוט־מאָרגן אַלעמען
  גוט־מאָרגן אײַך !

icone video "באַגריסונגען"
Leyzer Burko
Autre vidéo
Les présentations - באַקענען זיך
" ? ווי הייסטו "  icone video
icone-music Les élèves chantent ....
Autre vidéo
icone texte Paroles: "? ווי הייסטו "

ווי הייסטו ?
איך הייס מירעלע
און ווי הייסטו ?
אאיך הייס שיינדעלע.
אַ גוטן טאָג דיר, מירעלע !
אַ גוטן טאָג דיר, שיינדעלע !

Allons plus loin !

Bonsoir אַ גוטן אָוונט
Le monde est petit אַ קליינע וועלט
Bonjour ! גוט־מאָרגן !
Bonjour ( en réponse ) גוט־מאָרגן - גוט־יאָר !
Bonne journée! אַ גוטן טאָג !
Enchanté זייער־אײַנגענעם !
En effet טאַקע אַזוי
Comment vas-tu? וואָס מאַכסטו ?
Dieu soit loué ! ברוך־השם !
On se croirait à l'ère messianique משיחס־צײַטן
Salut ! שלום־עליכם !
Salut ! ( en réponse ) עליכם־שלום !

דער מקור פֿונעם אויסדרוק געפֿינט זיך אין דער מסכתּא ברכות.
"מען האָט געזאָגט אויף רבי יוחנן בן־זכּאי: עס האָט זיך קיין מאָל נישט געטראָפֿן אַז אַ מענטש זאָל אים געבן פֿריִער שלום, נאָר וועמען ער האָט געזען האָט ער אים געגעבן שלום".
תּלמוד־בבֿלי, מסכתּא ברכות, דף יז' עמוד א'
דערקלערונג:
ווער ס'עפֿנט מיט אַ באַגריסונג איז זוכה צו פֿיל מער ברכות

בערל, בערעלע
דבֿ
Dov (Loup)

מען באַנוצט זיך אַ סך מאָל מיטן צירוף דבֿ־בער.

בערל, בערעלע זענען דימינוטיוו־פֿאָרעמען.

מאָטל, מאָטעלע
מרדכי
Mordechay (Mardoché)
שיינדל, שיינדעלע
יפֿה
Yaffa (Belle)
מירל, מירעלע
מרים ?
Myriam

עס איז פֿאַראַן אַ השערה אַז מירל שטאַמט פֿון "מור" (אַ געווירץ אין קטורת)

עטל, עטעלע
אסתּר ?
Esther

עטל, עטעלע פֿון אסתּר

דער בעשט
דער בעל־שם־טובֿ
Le "BECHT" (Ba’al Shem Tov)

ראשי־תּיבות: רבי ישׂראל בן אליעזר - דער בעל־שם־טובֿ

דער גראָ
דער ווילנער גאון
Le "GRO" (Le Gaon de Vilna)

גראָ -  דער גאון רב אליהו פֿון ווילנע

ייִדן זענען זיך נוהג נישט צו ציילן קיין מענטשן.
טאָ ווי אַזוי ציילט מען מענטשן?
נישט איינס, נישט צוויי, נישט דרײַ….
אָדער מיטן קאַפּיטל פֿון תּהילים: "אַשרי יושבֿי ביתך…."

"ליד: "איך בין איך
"ליד: "איך בין איך
אויב איך בין איך ווײַל דו ביסט דו
,און דו ביסט דו ווײַל איך בין איך
דעמאָלט בין איך נישט איך
.און דו ביסט נישט דו
אָבער אויב איך בין איך ווײַל איך בין איך
,און דו ביסט דו ווײַל דו ביסט דו
דעמאָלט בין איך איך און דו ביסט דו
! שעם דיך נישט מיט ווער דו ביסט
,דער הייליקער קאָצקער גיט צו פֿאַרשטיין
די בעסטע שענסטע פֿײַנסטע זאַך צו זײַן איז
! זײַן זיך אַליין
 
  • L’objectif est de vérifier l'intégration du vocabulaire, de la grammaire et de l'expression orale.
  • Les apprenants travaillent individuellement en temps limité.
  • Corriger les activités en classe.
  • Ces activités permettront de réviser des points lexicaux, grammaticaux ou socioculturels.
lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour télécharger cette page d'exercices au format pdf