Langue Étrangère - Adulte:

Unité 1 > Leçon 3
לאָמיר זיך באַקענען > אַ גוטער שכן איז אויך אַ פֿרײַנד
Faisons connaissance > Un bon voisin est aussi un ami
 
  • Dans cette partie, le plan de l'unité entière est détaillé pour les 4 leçons qui composent cette unité.
  • Le plan accompagne l'enseignant tout au long de l’unité. Il permet de situer chaque module par rapport à l’ensemble de l'unité.
  • La durée de chaque module est donnée à titre indicatif, elle peut varier en fonction de la classe; le temps de correction n'y est pas inclus. 
  • Il est toujours conseillé de travailler en groupe ou en binôme.
  • Les réalisations individuelles sont à partager avec le groupe pour tirer le plus grand profit de l’enseignement.

ערשטער איינס: לאָמיר זיך באַקענען

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך, פֿאָרשטעלן זיך, פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס, בייגן אַ ווערב אין איצטיקער צײַט.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער / פֿילם פֿון מענטשן וואָס באַגריסן זיך, מאָטיווירן די תּלמידים צו טרעפֿן די טעמאַטיק.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שטעלט זיך פֿאָר, ווענדט זיך צו יעדער תּלמידה, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול יעדן נײַעם זאַץ. לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך. זיך צוהערן און לייענען דעם שמועס. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, די תּלמידים זאָלן אַליין דערגיין צום כּלל. בייגן אַ ווערב אין דער איצטיקער צײַט. מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה, און בכתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
אויסלערנען דאָס ליד "גוט־מאָרגן", זינגען צוזאַמען און רעקאָרדירן.
קולטור־ווינקל: דערקלערן און איבערחזרן די באַגריסונגען.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַגריסן זיך און באַקענען זיך בעסער.פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער מיט פֿענער פֿון פֿאַרשידענע מדינות / פֿילם פֿון מענטשן וואָס שמועסן, מאָטיווירן דעם קלאַס צו טרעפֿן די טעמאַטיק: שפּראַכן.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, מע זינגט צוזאַמען דאָס ליד "גוט־מאָרגן", זי ווענדט זיך צו יעדער איינער און חזרט איבער די נעמען. מע פראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע מיטן קול, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול נעמען פֿון שפּראַכן און דעם ווערב רעדן. ווײַטער זיך ווענדן צו יעדער איינער מיט דער פֿראַגע: דו רעדסט… ?
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול די פֿרעגווערטער: ווער, וואָס...
צוהערן זיך נאָך אַ מאָל צום פֿילמעלע און לייענען דעם שמועס צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
.לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך, וועגן זיך און פֿאַר דער גאַנצער גרופּע
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
מיט בילדער פֿון באַקאַנטע פּערסאָנאַזשן שטעלן די פֿראַגעס: ווי הייסט ער ? וואָס רעדט ער ? ווער רעדט …?
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, לאָזן אַליין דערגיין צום כּלל: סדר פֿון זאַץ אויף ייִדיש: דער ווערב אויפֿן צווייטן גראַמאַטישן אָרט.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן פֿאַרן גאַנצן קלאַס דעם פּערסאָנאַזש פֿון בילד:  איך הייס, איך רעד....
אויספֿיר: '10
אויסלערנען דאָס ליד "ווי הייסטו", זינגען צוזאַמען און רעקאָרדירן.
קולטור־ווינקל: די ייִדישע שפּראַך צווישן די ייִדישע לשונות.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַגריסן זיך- המשך און באַקענען זיך מיט שכנים

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער מיט נעמען פֿון גאַסן / פֿילם פֿון מענטשן וואָס שמועסן אין גאַס, מאָטיווירן דעם קלאַס צו טרעפֿן די טעמאַטיק: שכנות.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
"די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, מע זינגט צוזאַמען דאָס ליד "גוט־מאָרגן" און "ווי הייסטו ?"
מע פראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע מיטן קול, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול נעמען פֿון גאַסן און דעם ווערב וווינען
ווײַטער זיך ווענדן צו יעדער איינער מיט דער פֿראַגע: זיך ווענדן צו יעדער איינער מיט דער פֿראַגע: דו וווינסט אין…?
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול די פֿרעגווערטער: ווער, וואָס, וווּ, ווי
ווײַזן בילדער פֿון מענטשן אין באַקאַנטע ערטער און פֿרעגן: ווי הייסן זיי ? וואָס רעדן זיי ? װוּ וווינען זיי ?
צוהערן זיך נאָך אַ מאָל צום פֿילמעלע און לייענען דעם שמועס צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך, וועגן זיך און פֿאַר דער גאַנצער גרופּע.
אויסלערנען דעם ווערב זײַן, פּראַקטיצירן דערווײַל נאָר בעל-פּה די פֿאָרמעס ער/זי איז - מיר/זיי זענען.
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו: אויסנאַם פֿון ווערב זײַן.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן דעם שמועס צווישן צוויי שכנים. פֿאַרברייטערן דעם שמועס מיט בילדער פֿון זייער אייגן וווינאָרט.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די ווערבן מיט אַ ניגון, זינגען צוזאַמען און רעקאָרדירן.
קולטור־ווינקל: נעמען בײַ ייִדן. פֿאָרשן זייערע אייגענע נעמען און משפּחה־נעמען.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך מיטן שטייגער־לעבן אין קלאַס

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער פֿונעם לעבן אין קלאַס, מאָטיווירן דעם קלאַס צו טרעפֿן די טעמאַטיק: דער סדר פֿון לימוד אין קלאַס.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
דער לימוד ווערט געפֿירט מיט אַ שטרענגן ריטואַל. באַגריסן דעם קלאַס, פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז זונטיק... לעקציע נומער...און זאָגן צוזאַמען. מע זינגט צוזאַמען דאָס ליד "גוט־מאָרגן", "ווי הייסטו ?" אאַז"וו…
תּמיד איבערחזרן די פֿאַרגאַנגענע לעקציע בעל־פּה.
ווײַזן אויפֿן אָביעקט און פֿרעגן: וווּ איז דער טאָוול, דאָס בוך ?,....מע פראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע מיטן קול, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די נײַע ווערטער.
אויסלערנען דעם ווערב זײַן, פּראַקטיצירן און בעל-פּה אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול.
צוהערן זיך נאָך אַ מאָל צום פֿילמעלע און לייענען דעם שמועס צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך, וועגן זיך און פֿאַר דער גאַנצער גרופּע.
פּראַקטיצירן די נומערן ביז 10 דרך-אַגבֿ, אַדרעס, טעלעפֿאָן־נומער, אאַז"וו.
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו: אויסנאַם פֿון ווערב זײַן און די פֿאָרמע׃ סטו
שמועסן צווישן די תּלמידות, אויסשפּילן " די קליינע לערערין", רעקאָרדירן דעם אינטערוויוּ מיט פּערסאָנאַזשן און אונטערשטרײַכן די פֿאָרמע׃ סטו.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל-פּה און בכתבֿ.
אויספֿיר: '10
שליסן דעם איינס מיט דידאַקטישע שפּילערײַען: ווערטער־סאַלאַט, טרעף ווער / וואָס איז עס ? מיט מימיק אָדער רמזים, וואָס פֿעלט ? בינגאָ, אאַז"וו…
קולטור־ווינקל: באַדײַט פֿון נומערן אויף ייִדיש. ווי ציילט מען מענטשן, אויסלערנען דאָס ליד "אַז איך בין איך" (קאָצקער רבי).
 
  • La vidéo sous-titrée est accompagnée de la transcription du texte permettant à l'enseignant de suivre le déroulement de la leçon.
  • L'enseignant trouvera des encadrés visuels en gris avec des consignes et actions à réaliser pendant le cours.
Objectifs - צילן

אין דער לעקציע לערנט מען זיך אויס ווי אַזוי צו פֿירן אַ שמועס ווען מע וויל זיך באַקענען מיט אַ שכן, שטעלן די פּאַסיקע פֿראַגע און ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע. מע לערנט זיך צו בייגן דעם ווערב וווינען, די נומערן ביז צען, מע פֿירט אַרײַן דעם ווערב זײַן. דער שמועס ווערט געפֿירט אויף לשון-נקבֿה, נאָר פֿאַרשטענדלעך אַז מע קען עס צופּאַסן צו יעדער סיטואַציע. ליכטבילדער באַגלייטן דעם שמועס. דער פֿילם אילוסטרירט די לעקציע.

...
Vidéo du cours
אַ גוטער שכן איז אויך אַ פֿרײַנד
Un bon voisin est aussi un ami
icone pencil
לעקציע נומער דריי
אַ גוטער שכן איז אויך אַ פֿרײַנד

ערשטער שטאַפּל :

די לעקציע הייבט זיך אָן מיט אַ חזרה. אַלע שטייען אין אַ קרײַז. נאָכן באַגריסן דערמאָנט מען די דאַטע. הײַנט איז…. שפּעטער פֿאַרשרײַבט מען די דאַטע אויפֿן טאָוול. איבערחזרן: ווי הייסטו ? ווי הייסט איר ?

די לערערקע:
גוט־מאָרגן, מיידעלעך !
די תּלמידות:
גוט־מאָרגן, לערערקע דבֿורה !

מע זאָגט צוזאַמען די דאַטע.

די לערערקע + די תּלמידות:
הײַנט איז דאָנערשטיק י"ט טבֿת. (די לערערקע חזרט איבער און שטרײַכט אונטער דעם אַרויסרייד פֿון די לשון-קודש ווערטער).
(צום קלאַס): איך הייס דבֿורה. (ווײַזט אָן אויף זיך).
 די לערערקע (ווענדט זיך צו אַ תּלמידה):
ווי הייסטו ?
די תּלמידה:
איך הייס פֿריידע. (די תּלמידה זיך ווענדט זיך צו נאָך אַ תּלמידה). און ווי הייסטו ?
די תּלמידה:
איך הייס דוואָשע. (די תּלמידה זיך ווענדט זיך צו נאָך אַ תּלמידה). און ווי הייסטו ?
די תּלמידה:
איך הייס כאַווטשע. (די תּלמידה זיך ווענדט זיך צו נאָך אַ תּלמידה). און ווי הייסטו ?
די תּלמידה:
איך הייס הינדע. (די תּלמידה זיך ווענדט זיך צו נאָך אַ תּלמידה). און ווי הייסטו ?
די תּלמידה:
איך הייס תּרצהלע. (די תּלמידה זיך ווענדט זיך צו נאָך אַ תּלמידה). און ווי הייסטו ?
די תּלמידה:
איך הייס חנהלע. (די תּלמידה זיך ווענדט זיך צו נאָך אַ תּלמידה). און ווי הייסטו ?
די תּלמידה:
איך הייס חייטשו. (די תּלמידה זיך ווענדט זיך צו נאָך אַ תּלמידה). און ווי הייסטו ?
די לערערקע:
(ווײַזט אָן אויף זיך) צו אַ לערערקע זאָגט מען: ווי הייסט איר ? נאָך אַ מאָל.
די תּלמידה:
ווי הייסט איר ?
די לערערקע:
איך הייס לערערקע דבֿורה.

די לערערקע שרײַבט אויפֿן טאָוול:

און די נעמען פֿון די שפּראַכן וואָס זיי קענען. ווײַטער איבערחזרן די שוין געלערנטע זאַצן, דעם ווערב רעדן אין אַ פֿראַגע-זאַץ, די פֿאָרמע  -סטו-

די לערערקע:
איך רעד ייִדיש, וואָס רעדסטו ? (ווענדט זיך צו אַ תּלמידה).
די תּלמידה פֿריידע:
איך רעד ייִדיש אַ ביסל ייִדיש און העברעיִש. (ווײַזט אויף אַ צווייטער תּלמידה).
די תּלמידה פֿרעגט:
וואָס רעדסטו ? (די לערערקע פֿאַרריכט און באַמערקט די פֿאָרמע: רעדסטו ?)
די תּלמידה חייטשו:
איך רעד אַ ביסל ייִדיש און העברעיִש.
די לערערקע:
און אויך אַ ביסל ענגליש ? (ווײַזט אויף אַ צווייטער תּלמידה).
די תּלמידה פֿרעגט:
וואָס רעדסטו ?
די תּלמידה חנהלע:
איך רעד אַ ביסל ייִדיש און העברעיִש. (ווײַזט אויף אַ צווייטער תּלמידה).
די תּלמידה פֿרעגט:
וואָס רעדסטו ?
די תּלמידה תּרצלע:
איך רעד העברעיִש און אַ ביסעלע ייִדיש און אַ ביסעלע ענגליש.
די תּלמידה פֿרעגט:
וואָס רעדסטו ?
די תּלמידה הינדע:
איך רעד העברעיִש און אַ ביסל ענגליש און אַ ביסל ייִדיש.
די תּלמידה פֿרעגט:
וואָס רעדסטו ?
כאַווטשע:
איך רעד העברעיִש און פֿראַנצייזיש און אַ ביסל ייִדיש און אַ ביסל ענגליש.

נאָכן איבערחזרן די געלערנטע איינסן: איך רעד, וואָס רעדסטו? פֿירט מען אָן מיט אַ קליינעם שפּיל: פֿאָרויס / צוריק

די לערערקע:
אַלע מיידעלעך שטייען גלײַך. ווער רעדט פֿראַנצייזיש שפּרינגען פֿאָרויס און צוריק. (ווער עס רעדט די שפּראַך שפּרינגט פֿאָרויס).
די לערערקע:
ווער רעדט ענגליש שפּרינגען פֿאָרויס / צוריק. ווער רעדט גוט גוט ענגליש שפּרינגען פֿאָרויס / צוריק, ווער רעדט העברעיִש שפּרינגען פֿאָרויס / צוריק, ווער רעדט ייִדיש שפּרינגען פֿאָרויס / צוריק, אַפֿילו אַ ביסעלע.
די לערערקע: (חזרט איבער די שפּראַכן)
ענגליש, פֿראַנצייזיש און ייִדיש. אין קלאַס רעדן מיר ייִדיש. וואָס רעדן מיר אין קלאַס? אַלע צוזאַמען:
די תּלמידות:
אין קלאַס רעדן מיר ייִדיש.
די לערערקע:
נאָך אַ מאָל.

בייגן דעם ווערב רעדן אין די אַנדערע פּערזאָנען: מיר, זי, זיי...

די תּלמידות:
אין קלאַס רעדן מיר ייִדיש.
די לערערקע:
ווער רעדט פֿראַנצייזיש ?
די תּלמידות:
כאַווטשע רעדט פֿראַנצייזיש.
די לערערקע:
ריכטיק מיידעלעך ? יאָ, ריכטיק.
די תּלמידות:
יאָ, ריכטיק. ( אַזוי עטלעכע מאָל )

סוף פֿון דער חזרה.

צווייטער שטאַפּל

אַרײַנפֿירן דעם ווערב ,וווינען דורך דער פֿראַגע:  ווער וווינט ?

די לערערקע:
מיר גייען ווײַטער, איך וווין אין שערי-צדק-גאַס. און דו ?
די תּלמידה:
איך וווין אין עמק-ברכה-גאַס.
די לערערקע :
אין ירושלים ? (די לערערקע חזרט איבער און שטרײַכט אונטער דעם אַרויסרייד פֿון די לשון-קודש ווערטער)
די תּלמידה:
ניין, אין נווה-דניאל.
די לערערקע:
און דו ? (אַלע ענטפֿערן; איך וווין אין….) איך וווין אין ירושלים, ווער וווינט אין ירושלים ?
(די לערערקע ציילט 1, 2, 3, 4, 5.,.און דערקלערט אַגבֿ אַז אַזוי ציילט מען מענטשן אין ייִדיש: נישט איינס, נישט צוויי…) פֿינף מיידעלעך וווינען אין ירושלים. יאָ ?
די תּלמידות:
יאָ.
(און אַזוי ווײַטער איבערחזרן: ווער וווינט אין…)

אויסלערנען די נומערן אין דער זאַץ: אפֿרים-גאַס נומער….

(די לערערקע בייגט דעם ווערב וווינען)

פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול

ווערב וווינען

איך וווין           מיר וווינען

דו וווינסט         איר וווינט

זי / ער וווינט       זיי וווינען

די תּלמידות שמועסן צווישן זיך. מע שליסט די לעקציע מיט אַ שפּיל: די תּלמידות שפּאַצירן זיך אין קלאַס און פֿרעגן איינע דער צווייטער: ווער הייסט…? ווער רעדט…? ווער וווינט אין….?

מעגלעך צו שפּילן אויפֿן אָרט פּאָרלעכווײַז, אָדער מיט בילדער פֿון באַקאַנטע פֿיגורן.

 
  • Introduire, en groupe, la thématique "le voisinage".
  • Projeter le diaporama et/ou la vidéo en alternant avec et sans le son.
  • Faire répéter la conversation en sous-groupe et corriger.
  • Faire, en groupe, un inventaire partiel des noms en yiddish (voir TAB “culture”).
...
Vidéo de la conversation
אַ גוטער שכן איז אויך אַ פֿרײַנד
Un bon voisin est aussi un ami
icone pencil
שמועס נומער דרײַ
אַ גוטער שכן איז אויך אַ פֿרײַנד
מאָטל:
אַ גוטן אָוונט, בערל ! וואָס מאַכסטו ?
בערל:
אַ גוט יאָר, מאָטל ! און וואָס מאַכסטו ?
מאָטל:
ברוך־השם גוט, וווּ וווינסטו ?
בערל:
אין ביתּר. און דו ?
מאָטל:
מיר וווינען אויך אין ביתּר !
בערל:
טאָ זענען מיר שכנים !
מאָטל:
טאַקע אַזוי ! און גוטע שכנים.
איך וווין אויף דער גראָ־גאַס נומער זיבן, און דו ?
בערל:
איך וווין אויף דער בעשט־גאַס נומער אַכט.
בערל - מאָטל:
אַ קליינע וועלט ! משיחס צײַטן !
אַ גוטער שכן איז אַ גוטער פֿרײַנד אויך !
 

icone conversation
Conversation

Écoute bien afin d'entendre la prononciation, l'intonation et le rythme !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

...
Diaporama en vidéo

Ce diaporama a été fait en format vidéo (PowerPoint).

 

  • Travail individuel.
  • Proposer aux élèves de s’enregistrer et ensuite faire écouter à la classe les enregistrements.
  • Vérifier la prononciation.

Le Point Voca de cette leçon

un / une אַ
bonsoir ! אַ גוטן אָוונט !
dans אין
huit אַכט
Dieu soit loué ! (réponse à comment vas-tu ?) ברוך־השם !
la rue די גאַס / די גאַסן
que - quoi ? comment vas-tu ? וואָס ? וואָס מאַכסטו ?
וווּ
habiter וווינען
le monde - (littér.) “un petit monde” - (signif.) ”quelle coïncidence !” די וועלט - אַ קליינע וועלט !
sept זיבן
être - il est - nous sommes זײַן - ער איז - מיר זענען
donc, alors טאָ
en effet, justement טאַקע אַזוי !
le Messie דער משיח
( littér.) le temps du Messie - (signif.) on se croirait à l'ère messianique משיחס צײַטן
le numéro דער נומער - די נומערן
l’ami - un bon ami דער פֿרײַנד - אַ גוטער פֿרײַנד
le voisin דער שכן - די שכנים
des bons voisins גוטע שכנים

REMARQUE: Les noms sont indiqués au singulier et au pluriel, accompagnés par l'article défini qui permet de connaître le genre (masculin - דער, féminin - די, neutre - דאָס ).

La traduction d'un nom figure seulement au singulier.

icone conversation
Vocabulaire

Écoute bien afin d'entendre la prononciation et l'intonation puis, répète le mot écouté !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

 
  • Faire réaliser les exercices à l’oral et à l’écrit en binôme.
  • Si nécessaire, faire un récapitulatif des points grammaticaux et du vocabulaire utilisé.

Exercices Interactifs

Vocabulaire

Exercices Interactifs

Phrases

 

lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour imprimer ou télécharger cette page d'exercices au format pdf
 
  • Intégrer la grammaire graduellement après la pratique et l’acquisition de la conversation.
  • Faire un récapitulatif avant d’aborder les exercices.
Grammaire - גראַמאַטיק & Conjugaison - קאָניוגאַציע
Les pronoms personnels
איך Je
דו Tu
ער Il
זי Elle
מיר Nous
איר Vous
זיי Ils / Elles
PARLER - רעדן

Radical: רעד; Désinence: -ן-

איך רעד
דו רעדסט
ער רעדט
זי רעדט
מיר רעדן
איר רעדט
זיי רעדן

Le présent de l’indicatif se forme en ajoutant des désinences (terminaisons) au radical.

Conjugaison du verbe au présent
La forme סטו

Si le pronom דו succède au verbe, il y a fusion du verbe et du pronom.

Que parles-tu ? (quelle langue parles-tu ?)
וואָס רעדסטו ?
S'APPELER - הייסן
איך הייס
דו הייסט
ער הייסט
זי הייסט
מיר הייסן
איר הייסט
זיי הייסן

Si le radical se termine en -ס-, il n'y a pas de redoublement de cette lettre à la deuxième personne du singulier.
La désinence sera -ט- au lieu de -סט-.

דו הייסט
ער הייסט
איר הייסט

Les désinences de איר, ער, דו sont identiques.

Conjugaison du verbe au présent
La syntaxe

Ordre des mots dans la phrase. Le verbe figure généralement en deuxième position syntaxique.

ער הייסט מענדל
ווי הייסט זי ?
Nom des pays et des langues

Les noms des pays et des langues sont employés généralement sans article.

זיי רעדן פֿראַנצייזיש
מיר רעדן ייִדיש

ÊTRE - זײַן

Verbe irrégulier

איך בין
דו ביסט
ער איז
זי איז
מיר זענען
איר זענט
זיי זענען
Questions directes

On commence les questions directes par des adverbes interrogatifs. Les adverbes interrogatifs constituent une unité syntaxique.

וווּ וווינען זיי ?
ווער איז די לערערקע ?
וואָס לערנען מיר ?
ווי הייסט די גאַס ?
וואָסער טאָג איז הײַנט ?

Salutations de base

- גוט-מאָרגן !
- גוט-מאָרגן, גוט-יאָר !

- זייער אײַנגענעם !
- זייער אײַנגענעם אויך מיר !

- שלום-עליכם !
- עליכם-שלום !

 

L’objectif de cette partie est de faire connaître:

  • les différentes manières de se saluer et de se présenter
  • la signification des prénoms
  • des chansons simples pour faciliter la mémorisation des expressions idiomatiques

Proverbe Yiddish

“ער איז מיט אים גוט־מאָרגן, גוט־יאָר”

“ער איז מיט אים גוט־מאָרגן, גוט־יאָר”

באַטײַט: מען באַנוצט זיך מיטן ווערטל, ווען עס רעדט זיך וועגן מענטשן וואָס באַציִען זיך קאַלט און פֿאָרמעל

Les salutations - באַגריסונגען
icone-music "גוט־מאָרגן ליד"
Masha Benya and Childrens Chorus
Paroles: "גוט־מאָרגן ליד"

  גוט־מאָרגן אײַך
  גוט־מאָרגן אַלעמען
  גוט־מאָרגן אײַך.
  אַ גוט־מאָרגן, גוט־מאָרגן אַלעמען
  גוט־מאָרגן אײַך !

icone video "באַגריסונגען"
Leyzer Burko
Autre vidéo
Les présentations - באַקענען זיך
" ? ווי הייסטו "  icone video
icone-music Les élèves chantent ....
Autre vidéo
icone texte Paroles: "? ווי הייסטו "

ווי הייסטו ?
איך הייס מירעלע
און ווי הייסטו ?
אאיך הייס שיינדעלע.
אַ גוטן טאָג דיר, מירעלע !
אַ גוטן טאָג דיר, שיינדעלע !

Allons plus loin !

Bonsoir אַ גוטן אָוונט
Le monde est petit אַ קליינע וועלט
Bonjour ! גוט־מאָרגן !
Bonjour ( en réponse ) גוט־מאָרגן - גוט־יאָר !
Bonne journée! אַ גוטן טאָג !
Enchanté זייער־אײַנגענעם !
En effet טאַקע אַזוי
Comment vas-tu? וואָס מאַכסטו ?
Dieu soit loué ! ברוך־השם !
On se croirait à l'ère messianique משיחס־צײַטן
Salut ! שלום־עליכם !
Salut ! ( en réponse ) עליכם־שלום !

דער מקור פֿונעם אויסדרוק געפֿינט זיך אין דער מסכתּא ברכות.
"מען האָט געזאָגט אויף רבי יוחנן בן־זכּאי: עס האָט זיך קיין מאָל נישט געטראָפֿן אַז אַ מענטש זאָל אים געבן פֿריִער שלום, נאָר וועמען ער האָט געזען האָט ער אים געגעבן שלום".
תּלמוד־בבֿלי, מסכתּא ברכות, דף יז' עמוד א'
דערקלערונג:
ווער ס'עפֿנט מיט אַ באַגריסונג איז זוכה צו פֿיל מער ברכות

בערל, בערעלע
דבֿ
Dov (Loup)

מען באַנוצט זיך אַ סך מאָל מיטן צירוף דבֿ־בער.

בערל, בערעלע זענען דימינוטיוו־פֿאָרעמען.

מאָטל, מאָטעלע
מרדכי
Mordechay (Mardoché)
שיינדל, שיינדעלע
יפֿה
Yaffa (Belle)
מירל, מירעלע
מרים ?
Myriam

עס איז פֿאַראַן אַ השערה אַז מירל שטאַמט פֿון "מור" (אַ געווירץ אין קטורת)

עטל, עטעלע
אסתּר ?
Esther

עטל, עטעלע פֿון אסתּר

דער בעשט
דער בעל־שם־טובֿ
Le "BECHT" (Ba’al Shem Tov)

ראשי־תּיבות: רבי ישׂראל בן אליעזר - דער בעל־שם־טובֿ

דער גראָ
דער ווילנער גאון
Le "GRO" (Le Gaon de Vilna)

גראָ -  דער גאון רב אליהו פֿון ווילנע

ייִדן זענען זיך נוהג נישט צו ציילן קיין מענטשן.
טאָ ווי אַזוי ציילט מען מענטשן?
נישט איינס, נישט צוויי, נישט דרײַ….
אָדער מיטן קאַפּיטל פֿון תּהילים: "אַשרי יושבֿי ביתך…."

"ליד: "איך בין איך
"ליד: "איך בין איך
אויב איך בין איך ווײַל דו ביסט דו
,און דו ביסט דו ווײַל איך בין איך
דעמאָלט בין איך נישט איך
.און דו ביסט נישט דו
אָבער אויב איך בין איך ווײַל איך בין איך
,און דו ביסט דו ווײַל דו ביסט דו
דעמאָלט בין איך איך און דו ביסט דו
! שעם דיך נישט מיט ווער דו ביסט
,דער הייליקער קאָצקער גיט צו פֿאַרשטיין
די בעסטע שענסטע פֿײַנסטע זאַך צו זײַן איז
! זײַן זיך אַליין
 
  • L’objectif est de vérifier l'intégration du vocabulaire, de la grammaire et de l'expression orale.
  • Les apprenants travaillent individuellement en temps limité.
  • Corriger les activités en classe.
  • Ces activités permettront de réviser des points lexicaux, grammaticaux ou socioculturels.
lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour télécharger cette page d'exercices au format pdf