Langue Étrangère - Adulte:

Unité 1 > Leçon 4
לאָמיר זיך באַקענען > אין קלאַס
Faisons connaissance > En classe
 
  • Dans cette partie, le plan de l'unité entière est détaillé pour les 4 leçons qui composent cette unité.
  • Le plan accompagne l'enseignant tout au long de l’unité. Il permet de situer chaque module par rapport à l’ensemble de l'unité.
  • La durée de chaque module est donnée à titre indicatif, elle peut varier en fonction de la classe; le temps de correction n'y est pas inclus. 
  • Il est toujours conseillé de travailler en groupe ou en binôme.
  • Les réalisations individuelles sont à partager avec le groupe pour tirer le plus grand profit de l’enseignement.

ערשטער איינס: לאָמיר זיך באַקענען

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך, פֿאָרשטעלן זיך, פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס, בייגן אַ ווערב אין איצטיקער צײַט.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער / פֿילם פֿון מענטשן וואָס באַגריסן זיך, מאָטיווירן די תּלמידים צו טרעפֿן די טעמאַטיק.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שטעלט זיך פֿאָר, ווענדט זיך צו יעדער תּלמידה, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול יעדן נײַעם זאַץ. לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך. זיך צוהערן און לייענען דעם שמועס. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, די תּלמידים זאָלן אַליין דערגיין צום כּלל. בייגן אַ ווערב אין דער איצטיקער צײַט. מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה, און בכתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
אויסלערנען דאָס ליד "גוט־מאָרגן", זינגען צוזאַמען און רעקאָרדירן.
קולטור־ווינקל: דערקלערן און איבערחזרן די באַגריסונגען.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַגריסן זיך און באַקענען זיך בעסער.פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער מיט פֿענער פֿון פֿאַרשידענע מדינות / פֿילם פֿון מענטשן וואָס שמועסן, מאָטיווירן דעם קלאַס צו טרעפֿן די טעמאַטיק: שפּראַכן.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, מע זינגט צוזאַמען דאָס ליד "גוט־מאָרגן", זי ווענדט זיך צו יעדער איינער און חזרט איבער די נעמען. מע פראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע מיטן קול, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול נעמען פֿון שפּראַכן און דעם ווערב רעדן. ווײַטער זיך ווענדן צו יעדער איינער מיט דער פֿראַגע: דו רעדסט… ?
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול די פֿרעגווערטער: ווער, וואָס...
צוהערן זיך נאָך אַ מאָל צום פֿילמעלע און לייענען דעם שמועס צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
.לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך, וועגן זיך און פֿאַר דער גאַנצער גרופּע
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
מיט בילדער פֿון באַקאַנטע פּערסאָנאַזשן שטעלן די פֿראַגעס: ווי הייסט ער ? וואָס רעדט ער ? ווער רעדט …?
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, לאָזן אַליין דערגיין צום כּלל: סדר פֿון זאַץ אויף ייִדיש: דער ווערב אויפֿן צווייטן גראַמאַטישן אָרט.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן פֿאַרן גאַנצן קלאַס דעם פּערסאָנאַזש פֿון בילד:  איך הייס, איך רעד....
אויספֿיר: '10
אויסלערנען דאָס ליד "ווי הייסטו", זינגען צוזאַמען און רעקאָרדירן.
קולטור־ווינקל: די ייִדישע שפּראַך צווישן די ייִדישע לשונות.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַגריסן זיך- המשך און באַקענען זיך מיט שכנים

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער מיט נעמען פֿון גאַסן / פֿילם פֿון מענטשן וואָס שמועסן אין גאַס, מאָטיווירן דעם קלאַס צו טרעפֿן די טעמאַטיק: שכנות.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
"די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, מע זינגט צוזאַמען דאָס ליד "גוט־מאָרגן" און "ווי הייסטו ?"
מע פראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע מיטן קול, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול נעמען פֿון גאַסן און דעם ווערב וווינען
ווײַטער זיך ווענדן צו יעדער איינער מיט דער פֿראַגע: זיך ווענדן צו יעדער איינער מיט דער פֿראַגע: דו וווינסט אין…?
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול די פֿרעגווערטער: ווער, וואָס, וווּ, ווי
ווײַזן בילדער פֿון מענטשן אין באַקאַנטע ערטער און פֿרעגן: ווי הייסן זיי ? וואָס רעדן זיי ? װוּ וווינען זיי ?
צוהערן זיך נאָך אַ מאָל צום פֿילמעלע און לייענען דעם שמועס צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך, וועגן זיך און פֿאַר דער גאַנצער גרופּע.
אויסלערנען דעם ווערב זײַן, פּראַקטיצירן דערווײַל נאָר בעל-פּה די פֿאָרמעס ער/זי איז - מיר/זיי זענען.
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו: אויסנאַם פֿון ווערב זײַן.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן דעם שמועס צווישן צוויי שכנים. פֿאַרברייטערן דעם שמועס מיט בילדער פֿון זייער אייגן וווינאָרט.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די ווערבן מיט אַ ניגון, זינגען צוזאַמען און רעקאָרדירן.
קולטור־ווינקל: נעמען בײַ ייִדן. פֿאָרשן זייערע אייגענע נעמען און משפּחה־נעמען.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך מיטן שטייגער־לעבן אין קלאַס

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער פֿונעם לעבן אין קלאַס, מאָטיווירן דעם קלאַס צו טרעפֿן די טעמאַטיק: דער סדר פֿון לימוד אין קלאַס.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
דער לימוד ווערט געפֿירט מיט אַ שטרענגן ריטואַל. באַגריסן דעם קלאַס, פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז זונטיק... לעקציע נומער...און זאָגן צוזאַמען. מע זינגט צוזאַמען דאָס ליד "גוט־מאָרגן", "ווי הייסטו ?" אאַז"וו…
תּמיד איבערחזרן די פֿאַרגאַנגענע לעקציע בעל־פּה.
ווײַזן אויפֿן אָביעקט און פֿרעגן: וווּ איז דער טאָוול, דאָס בוך ?,....מע פראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע מיטן קול, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די נײַע ווערטער.
אויסלערנען דעם ווערב זײַן, פּראַקטיצירן און בעל-פּה אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול.
צוהערן זיך נאָך אַ מאָל צום פֿילמעלע און לייענען דעם שמועס צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך, וועגן זיך און פֿאַר דער גאַנצער גרופּע.
פּראַקטיצירן די נומערן ביז 10 דרך-אַגבֿ, אַדרעס, טעלעפֿאָן־נומער, אאַז"וו.
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו: אויסנאַם פֿון ווערב זײַן און די פֿאָרמע׃ סטו
שמועסן צווישן די תּלמידות, אויסשפּילן " די קליינע לערערין", רעקאָרדירן דעם אינטערוויוּ מיט פּערסאָנאַזשן און אונטערשטרײַכן די פֿאָרמע׃ סטו.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל-פּה און בכתבֿ.
אויספֿיר: '10
שליסן דעם איינס מיט דידאַקטישע שפּילערײַען: ווערטער־סאַלאַט, טרעף ווער / וואָס איז עס ? מיט מימיק אָדער רמזים, וואָס פֿעלט ? בינגאָ, אאַז"וו…
קולטור־ווינקל: באַדײַט פֿון נומערן אויף ייִדיש. ווי ציילט מען מענטשן, אויסלערנען דאָס ליד "אַז איך בין איך" (קאָצקער רבי).
 
  • La vidéo sous-titrée est accompagnée de la transcription du texte permettant à l'enseignant de suivre le déroulement de la leçon.
  • L'enseignant trouvera des encadrés visuels en gris avec des consignes et actions à réaliser pendant le cours.
Objectifs - צילן

אין דער לעקציע באַקענט מען זיך מיטן סדר־הלימוד און מיטן ווערטער־אוצר פֿון טאָגטעגלעכן לעבן אין קלאַס.
מע בייגט נײַע ווערבן אין דער איצטיקער צײַט, מע פֿאַרפֿעסטיקט די נײַע ווערטער און די סינטאַקטישע סטרוקטורן. די לעקציע שליסט דעם ערשטן איינס.
דער שמועס ווערט געפֿירט אויף לשון־נקבֿה, נאָר פֿאַרשטענדלעך אַז מע קען עס צופּאַסן צו יעדער סיטואַציע. ליכטבילדער באַגלייטן דעם שמועס. דאָס פֿילמעלע אילוסטרירט די באַהאַנדלטע טעמאַטיק.

...
Vidéo du cours
אין קלאַס
En classe
...
Audio
icone pencil
לעקציע נומער איינס
אין קלאַס

דער לימוד אין קלאַס ווערט געפֿירט מיט אַ ריטואַל. באַגריסן דעם קלאַס, פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז זונטיק... חודש פֿון.. און לעקציע נומער… און איבערזאָגן צוזאַמען. זינגען די לידער "גוט־מאָרגן", "ווי הייסטו?", אאַז"וו…איבערחזרן דאָס געלערנטע.

די לערערקע זאָגט:
גוט־מאָרגן, מיידעלעך!
די תּלמידות ענטפֿערן:
גוט־מאָרגן לערערקע !
מע זאָגט צוזאַמען די דאַטע.
די לערערקע+ די תּלמידות:
הײַנט איז דאָנערשטיק י"ט טבֿת

ערשטער שטאַפּל: פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול:

הײַנט איז דאָנערשטיק י"ט טבֿת חודש פֿון רעגן, לעקציע נומער 4

יעדער חודש מיט זײַן אייגנשאַפֿט. ווײַטער קומט די פֿראַגע: וואָסער טאָג איז הײַנט?
די לערערקע פֿרעגט:
וואָסער טאָג איז הײַנט?
די תּלמידות ענטפֿערט:
הײַנט איז...
(די לערערקע חזרט איבער דעם ריטואַל׃ אָטעמען טיף, עפֿענען די ביכער… און שטרײַכט אונטער דעם אַרויסרייד פֿון די לשון־קודש־ווערטער).
אויף די ווענט זענען אויפֿגעהאָנגען די בילדער מיט די נײַע ווערטער און אויסדרוקן.
מע צעטיילט די בילדער לויט די מינים:דער - די - דאָס, דערווײַל שטעלט מען זיך נישט אָפּ אויף די אַרטיקלען.
מע פֿירט אַרײַן די פֿראַגע אויף צוויי אופֿנים:
ערשטער אופֿן:
די לערערקע פֿרעגט:
וואָס איז דאָס?
די תּלמידה ענטפֿערט:
דאָס איז אַ בוך.
צווייטער אופֿן:
די לערערקע פֿרעגט:
דאָס איז אַ בוך?
די תּלמידה ענטפֿערט:
יאָ, דאָס איז אַ בוך.
אאַז"וו...

צווייטער שטאַפּל: פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול

דער טאָוול, דער פֿענצטער, דער טיש , דער בלײַער

די העפֿט, די טיר, די שטול, די פּען, די שול, די לערערקע, די תּלמידה, די גאַס

דאָס בוך, דאָס מיידל

מע קען צוגעבן נאָך ווערטער אָבער תּמיד אין גאַנצע זאַצן און אויסדרוקן.

צוויייטער שטאַפּל - המשך

פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די זאַצן

וואָס איז דאָס? דאָס איז אַ טיש.

דאָס איז אָ טיש? יאָ, דאָס איז אַ טיש.

אַרײַנפֿירן דעם שפּיל: "וואָס פֿעלט"?
אַ תּלמידה גייט אַרויס פֿון קלאַס, מע נעמט אַראָפּ אַ בילד און מע רופֿט זי צוריק אַרײַן.
דער קלאַס פֿרעגט:
"וואָס פֿעלט?"
זי דאַרף טרעפֿן וואָסער בילד פֿעלט:
די תּלמידה ענטפֿערט:
עס פֿעלט אַ בוך. אאַז"וו…
קוקן און צוהערן זיך צום פֿילמעלע.

דריטער שטאַפּל:

אויסלערנען דעם ווערב קומען, פּראַקטיצירן בעל-פּה און פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול

ווערב קומען

 איך קום         מיר קומען 
דו קומסט       איר קומט 
זי / ער קומט   זיי קומען

די לערערקע בייגט דעם ווערב קומען.
די לערערקע פֿרעגט:
ווער קומט פֿון רמות?
די תּלמידה ענטפֿערט:
שיינדל קומט פֿון רמות.
די לערערקע פֿרעגט נאָך אַ תּלמידה:
זי קומט פֿון רמות?
די תּלמידה ענטפֿערט:
זי קומט פֿון רמות.
די לערערקע פֿרעגט נאָך אַ תּלמידה:
דו קומסט פֿון לאָנדאָן? אאַז"וו…
צוהערן זיך צום שמועס און לייענען, נאָך דעם לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך.
די תּלמידות, שפּילן אויס דעם שמועס. איין תּלמידה איז " די קליינע לערערקע".

לעצטער שטאַפּל:

פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די פֿרעגווערטער

ווי?, וואָס?, ווער?, וווּ?, וואָסער?

די לערערקע לייענט די פֿראַגעס.

די תּלמידות שפּילן אויס דעם אינטערוויו.

די תּלמידה זאָגט צו אַ צווייטער תּלמידה: טאָ לאָמיר זיך באַקענען! גוט-מאָרגן!
  1. וואָסער טאָג איז הײַנט?
  2. ווי הייסטו?
  3. וואָס לערנסטו?
  4. וווּ וווינסטו?
  5. ווי הייסט די לערערקע?
  6. ווער איז דער שכן? די שכינה?
  7. וואָס רעדסטו?
  8. וואָס רעדט ער / זי?
  9. ווער קומט פֿון…?

זײַט געזונט! אַ גוטן טאָג!

מע שליסט דעם איינס מיט אַ ריי שפּילערײַען: די תּלמידות שפּאַצירן זיך אין קלאַס און פֿירן אויס דעם אינטערוויו, מע רעקאָרדירט זיי און מע הערט זיך צו. וויכטיק צו אונטערשטרײַכן די פֿאָרמע׃ סטו. מע פֿירט אַרײַן נאָך באַגריסונגען.

פֿאַרמעסט:

די תּלמידות גרייטן צו דידאַקטישע שפּילערײַען: ווערטער־סאַלאַט, טרעף ווער איז ער / זי / וואָס איז עס? מיט בילדער, מימיק אָדער רמזים, וואָס פֿעלט? בינגאָ פֿון ווערטער און פֿון נומערן, אאַז"וו…

קולטור־ווינקל: באַגריסונגען, באַדײַט פֿון נומערן אויף ייִדיש. ווי ציילט מען מענטשן אויף ייִדיש, אויסלערנען דאָס ליד  "אַז איך בין איך"(קאָצקער רבי).

 
  • Introduire, en groupe, la thématique “La vie en classe”.
  • Projeter le diaporama et/ou la vidéo en alternant avec et sans le son.
  • Faire répéter la conversation en sous-groupe et corriger.
  • Voir, en groupe, les différentes façons de compter les gens en yiddish (voir TAB “culture”).
...
Vidéo de la conversation
אין קלאַס
En classe
icone pencil
שמועס נומער פֿיר
אין קלאַס

ערשטער איינס: לאָמיר זיך באַקענען
פֿערטע לעקציע: אין קלאַס
שמועס נומער פֿיר
הײַנט איז דאָנערשטיק, י"ב טבֿת

לידל:
איך הייס לידל
טעמעלע:
איך הייס טעמעלע
חנהלע:
איך הייס חנהלע
תּרצהלע:
איך הייס תּרצהלע
הינדע:
איך הייס הינדע
דוואָשע:
איך הייס דוואָשע
כאַווטשע:
און איך הייס כאַווטשע
די לערערקע:
גוט־מאָרגן מיידלעך !
די תּלמידות:
גוט־מאָרגן לערערקע דבֿורה !
די לערערקע:
ווער קומט צום טאָוול ?
די תּלמידה 1:
איך קום צום טאָוול !
די לערערקע:
זי הייסט עטל וואָסער טאָג איז הײַנט ?
די תּלמידות:
הײַנט איז דאָנערשטיק.
די לערערקע:
וואָסער לעקציע איז הײַנט ? וואָס לערנען מיר הײַנט ?
די תּלמידה 2:
לעקציע נומער צען.
די לערערקע:
עפֿנט די ביכער, ווער לייענט ?
די תּלמידה 3:
איך לייען !
די לערערקע:
מיידלעך, נישט רעדן אין קלאַס !
 

icone conversation
Conversation

Écoute bien afin d'entendre la prononciation, l'intonation et le rythme !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

...
Diaporama en vidéo

Ce diaporama a été fait en format vidéo(PowerPoint).

 

  • Travail individuel.
  • Proposer aux élèves de s’enregistrer et ensuite faire écouter à la classe les enregistrements.
  • Vérifier la prononciation.

Le Point Voca de cette leçon

le livre דאָס בוך - די ביכער
jeudi דאָנערשטיק
aujourd’hui הײַנט
quel (le) וואָסער
être - il est זײַן - ער איז
le jour דער טאָג - די טעג
le tableau דער טאָוול - די טאָוולען
lire לייענען
la leçon די לעקציע - די לעקציעס
apprendre לערנען
l'enseignante די לערערקע - די לערערקעס
la jeune fille דאָס מיידל - די מיידלעך
ne (pas), non, pas נישט
quatre פֿיר
au צו - צום
dix צען
venir קומען
la classe דער קלאַס - די קלאַסן
l’élève די תּלמידה - די תּלמידות

REMARQUE: Les noms sont indiqués au singulier et au pluriel, accompagnés par l'article défini qui permet de connaître le genre (masculin - דער, féminin - די, neutre - דאָס ).

La traduction d'un nom figure seulement au singulier.

icone conversation
Vocabulaire

Écoute bien afin d'entendre la prononciation et l'intonation puis, répète le mot écouté !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant


 
  • Faire réaliser les exercices à l’oral et à l’écrit en binôme.
  • Si nécessaire, faire un récapitulatif des points grammaticaux et du vocabulaire utilisé.

Exercices Interactifs

Vocabulaire

Exercices Interactifs

Phrases

 

lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour imprimer ou télécharger cette page d'exercices au format pdf
 
  • Intégrer la grammaire graduellement après la pratique et l’acquisition de la conversation.
  • Faire un récapitulatif avant d’aborder les exercices.
Grammaire - גראַמאַטיק & Conjugaison - קאָניוגאַציע
Les pronoms personnels
איך Je
דו Tu
ער Il
זי Elle
מיר Nous
איר Vous
זיי Ils / Elles
PARLER - רעדן

Radical: רעד; Désinence: -ן-

איך רעד
דו רעדסט
ער רעדט
זי רעדט
מיר רעדן
איר רעדט
זיי רעדן

Le présent de l’indicatif se forme en ajoutant des désinences (terminaisons) au radical.

Conjugaison du verbe au présent
La forme סטו

Si le pronom דו succède au verbe, il y a fusion du verbe et du pronom.

Que parles-tu ? (quelle langue parles-tu ?)
וואָס רעדסטו ?
S'APPELER - הייסן
איך הייס
דו הייסט
ער הייסט
זי הייסט
מיר הייסן
איר הייסט
זיי הייסן

Si le radical se termine en -ס-, il n'y a pas de redoublement de cette lettre à la deuxième personne du singulier.
La désinence sera -ט- au lieu de -סט-.

דו הייסט
ער הייסט
איר הייסט

Les désinences de איר, ער, דו sont identiques.

Conjugaison du verbe au présent
La syntaxe

Ordre des mots dans la phrase. Le verbe figure généralement en deuxième position syntaxique.

ער הייסט מענדל
ווי הייסט זי ?
Nom des pays et des langues

Les noms des pays et des langues sont employés généralement sans article.

זיי רעדן פֿראַנצייזיש
מיר רעדן ייִדיש

ÊTRE - זײַן

Verbe irrégulier

איך בין
דו ביסט
ער איז
זי איז
מיר זענען
איר זענט
זיי זענען
Questions directes

On commence les questions directes par des adverbes interrogatifs. Les adverbes interrogatifs constituent une unité syntaxique.

וווּ וווינען זיי ?
ווער איז די לערערקע ?
וואָס לערנען מיר ?
ווי הייסט די גאַס ?
וואָסער טאָג איז הײַנט ?

Salutations de base

- גוט-מאָרגן !
- גוט-מאָרגן, גוט-יאָר !

- זייער אײַנגענעם !
- זייער אײַנגענעם אויך מיר !

- שלום-עליכם !
- עליכם-שלום !

 

L’objectif de cette partie est de faire connaître:

  • les différentes manières de se saluer et de se présenter
  • la signification des prénoms
  • des chansons simples pour faciliter la mémorisation des expressions idiomatiques

Proverbe Yiddish

“ער איז מיט אים גוט־מאָרגן, גוט־יאָר”

“ער איז מיט אים גוט־מאָרגן, גוט־יאָר”

באַטײַט: מען באַנוצט זיך מיטן ווערטל, ווען עס רעדט זיך וועגן מענטשן וואָס באַציִען זיך קאַלט און פֿאָרמעל

Les salutations - באַגריסונגען
icone-music "גוט־מאָרגן ליד"
Masha Benya and Childrens Chorus
Paroles: "גוט־מאָרגן ליד"

  גוט־מאָרגן אײַך
  גוט־מאָרגן אַלעמען
  גוט־מאָרגן אײַך.
  אַ גוט־מאָרגן, גוט־מאָרגן אַלעמען
  גוט־מאָרגן אײַך !

icone video "באַגריסונגען"
Leyzer Burko
Autre vidéo
Les présentations - באַקענען זיך
" ? ווי הייסטו "  icone video
icone-music Les élèves chantent ....
Autre vidéo
icone texte Paroles: "? ווי הייסטו "

ווי הייסטו ?
איך הייס מירעלע
און ווי הייסטו ?
אאיך הייס שיינדעלע.
אַ גוטן טאָג דיר, מירעלע !
אַ גוטן טאָג דיר, שיינדעלע !

Allons plus loin !

Bonsoir אַ גוטן אָוונט
Le monde est petit אַ קליינע וועלט
Bonjour ! גוט־מאָרגן !
Bonjour ( en réponse ) גוט־מאָרגן - גוט־יאָר !
Bonne journée! אַ גוטן טאָג !
Enchanté זייער־אײַנגענעם !
En effet טאַקע אַזוי
Comment vas-tu? וואָס מאַכסטו ?
Dieu soit loué ! ברוך־השם !
On se croirait à l'ère messianique משיחס־צײַטן
Salut ! שלום־עליכם !
Salut ! ( en réponse ) עליכם־שלום !

דער מקור פֿונעם אויסדרוק געפֿינט זיך אין דער מסכתּא ברכות.
"מען האָט געזאָגט אויף רבי יוחנן בן־זכּאי: עס האָט זיך קיין מאָל נישט געטראָפֿן אַז אַ מענטש זאָל אים געבן פֿריִער שלום, נאָר וועמען ער האָט געזען האָט ער אים געגעבן שלום".
תּלמוד־בבֿלי, מסכתּא ברכות, דף יז' עמוד א'
דערקלערונג:
ווער ס'עפֿנט מיט אַ באַגריסונג איז זוכה צו פֿיל מער ברכות

בערל, בערעלע
דבֿ
Dov (Loup)

מען באַנוצט זיך אַ סך מאָל מיטן צירוף דבֿ־בער.

בערל, בערעלע זענען דימינוטיוו־פֿאָרעמען.

מאָטל, מאָטעלע
מרדכי
Mordechay (Mardoché)
שיינדל, שיינדעלע
יפֿה
Yaffa (Belle)
מירל, מירעלע
מרים ?
Myriam

עס איז פֿאַראַן אַ השערה אַז מירל שטאַמט פֿון "מור" (אַ געווירץ אין קטורת)

עטל, עטעלע
אסתּר ?
Esther

עטל, עטעלע פֿון אסתּר

דער בעשט
דער בעל־שם־טובֿ
Le "BECHT" (Ba’al Shem Tov)

ראשי־תּיבות: רבי ישׂראל בן אליעזר - דער בעל־שם־טובֿ

דער גראָ
דער ווילנער גאון
Le "GRO" (Le Gaon de Vilna)

גראָ -  דער גאון רב אליהו פֿון ווילנע

ייִדן זענען זיך נוהג נישט צו ציילן קיין מענטשן.
טאָ ווי אַזוי ציילט מען מענטשן?
נישט איינס, נישט צוויי, נישט דרײַ….
אָדער מיטן קאַפּיטל פֿון תּהילים: "אַשרי יושבֿי ביתך…."

"ליד: "איך בין איך
"ליד: "איך בין איך
אויב איך בין איך ווײַל דו ביסט דו
,און דו ביסט דו ווײַל איך בין איך
דעמאָלט בין איך נישט איך
.און דו ביסט נישט דו
אָבער אויב איך בין איך ווײַל איך בין איך
,און דו ביסט דו ווײַל דו ביסט דו
דעמאָלט בין איך איך און דו ביסט דו
! שעם דיך נישט מיט ווער דו ביסט
,דער הייליקער קאָצקער גיט צו פֿאַרשטיין
די בעסטע שענסטע פֿײַנסטע זאַך צו זײַן איז
! זײַן זיך אַליין
 
  • L’objectif est de vérifier l'intégration du vocabulaire, de la grammaire et de l'expression orale.
  • Les apprenants travaillent individuellement en temps limité.
  • Corriger les activités en classe.
  • Ces activités permettront de réviser des points lexicaux, grammaticaux ou socioculturels.
lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour télécharger cette page d'exercices au format pdf