Langue Étrangère - Adulte:

Unité 2 > Leçon 4
צוריק אין שול > הכנות
Retour à l’école > Les préparatifs
 
  • Dans cette partie, le plan de l'unité entière est détaillé pour les 4 leçons qui composent cette unité.
  • Le plan accompagne l'enseignant tout au long de l’unité. Il permet de situer chaque module par rapport à l’ensemble de l'unité.
  • La durée de chaque module est donnée à titre indicatif, elle peut varier en fonction de la classe; le temps de correction n'y est pas inclus. 
  • Il est toujours conseillé de travailler en groupe ou en binôme.
  • Les réalisations individuelles sont à partager avec le groupe pour tirer le plus grand profit de l’enseignement.

צווייטער איינס: צוריק אין שול

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך מיטן קלאַס, באַנוצן זיך מיטן פּראָנאָם עס און מיט דעם אידיאָם עס איז דאָ / עס זענען דאָ.
פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן אַ בילד פֿון אַ קלאַס און פֿרעגן: וואָס איז דאָ אין קלאַס? מאָטיווירן די תּלמידים צו טרעפֿן די נײַע ווערטער.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער...
הענגט אויף אויפֿן טאָוול די נײַע ווערטער מיט די פּאַסיקע בילדער, ווענדט זיך צו יעדער תּלמידה מיט דער פֿראַגע: וואָס איז דאָס? שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול יעדן נײַעם זאַץ: דאָס איז אַ.... / דאָס זענען...
זיך צוהערן און לייענען דעם שמועס, לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, די תּלמידות זאָלן אַליין דערגיין צום כּלל. מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה, און בכּתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּיִלן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די נײַע ווערטער אין זאַצן.
שפּיל: כאַפּ דאָס וואָרט. מע זאָגט אַ נײַ וואָרט, יעדער איינער דאַרף אָנרירן דעם חפֿץ וואָס שנעלער און אויסשרײַען: דאָס איז… / דאָס זענען…
קולטור־ווינקל: די חשיבֿות פֿון לימוד בײַ ייִדן.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך בעסער מיטן לעבן אין קלאַס און אָנטייל נעמען אינעם DESIGN אויסשטעל פֿונעם קלאַס.
פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר.
פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
די לערערקע הענגט אויף בילדער מיט די ריכטונגען אַרום דעם קלאַס/ כּיוונים, רופֿט אויס דאָס וואָרט, ווײַזט אָן אויף איינער פֿון זיי און די תּלמידות דאַּרפֿן שפּרינגען צו דער ריכטונג.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער... הענגט אויף אַרום דעם קלאַס די נײַע ווערטער - ריכטונגען מיט די פּאַסיקע בילדער, ווענדט זיך צו יעדער תּלמידה מיט דער פֿראַגע: וווּ איז די טיר?... שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול יעדער נײַעם זאַץ: די טיר איז לינקס. אאַ"וו… מיט אַלע אָביעקטן און ריכטונגען. מע חזרט איבער די נומערן ביז צען.
זיך צוהערן און לייענען דעם שמועס, לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די נײַע ווערטער אין זאַצן.
קולטור־ווינקל: אידיאָמאַטישע אויסדרוקן.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך מיט די ווערבן און די גלידער וואָס מע באַנוצט אין קלאַס כּסדר, צוגעבן דעם פּראָנאָם מען, פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר.
שטעלן און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער… מע הייבט אָן מיט איבערחזרן די פֿריִערדיקע געלערנטע ווערטער. ווי תּמיד אין זאַצן.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
דער קאָנטראָל האָט אַ ריטואַל. אין קאָנטראָל־העפֿטל ווערן פֿאַרשריבן 5-6 זאַצן. נאָך דעם קאָרעגירט מען אויפֿן טאָוול. יעדער תּלמידה קומט צום טאָוול און דערגאַנצט אַ זאַץ. די תּלמידות בײַטן צווישן זיך די העפֿטלעך. יעדער איינע קאָנטראָלירט איר חבֿרטעס העפֿטל און גיט איר אַ צייכן. נול גרײַז - אויסגעצייכנט / איין גרײַז - זייער גוט / צוויי גרײַזן - גוט / דרײַ גרײַזן - נישקשה / פֿיר גרײַזן - נישט גוט חוזר־קאָנטראָל (10'). די לערערקע שטעלט די פֿראַגע: וואָס דאַרף מען צו לערנען? אַזוי חזרט מען איבער די ערשט געלערנטע ווערבן.
יעדער תּלמידה באַקומט אַ צעטל מיט אַ ווערב, אויסצושפּילן פֿֿאַרן קלאַס מיט פּאַנטאָמימע דעם באַטײַט פֿונעם וואָרט. דער קלאַס דאַרף טרעפֿן דעם ווערב.
די לערערקע פֿרעגט מיט וועלכן גליד מאַכט מען די פּאַסיקע פּעולה.
מע באַנוצט זיך מיטן פּראָנאָם: מען.
זיך צוהערן און לייענען דעם שמועס, לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכּתבֿ, לאָזן די תּלמידות אויסשטעלן דעם קלאַס לויט זייער פֿאַנטאַזיע און ווײַזן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די נײַע ווערטער אין זאַצן.
שפּיל: צוקלעפּן צעטעלעך מיט די נעמען פֿון די גלידער.
לידעלע: קאָפּ -אַקסלען...
קולטור־ווינקל: חדר פֿאַר מיידלעך

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך מיטן לעבן אין קלאַס.
די טעקע און דאָס שריײַבקעסטל.
און נאָך ווערבן וואָס מע באַנוצט אין קלאַס כּסדר.
פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר.
פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
די תּלמידות עפֿענען זייערע שרײַבקעסטלעך און רופֿן אויס וואָס זיי האָבן אין זייערע שרײַבקעסטלעך. תּוך כּדי ווײַזן זיי אָן אויף די פּאַסיקע בילדער און ווערטער.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער…
מע הייבט אָן מיט איבערחזרן די פֿריִערדיקע געלערנטע ווערטער. תּמיד אין זאַצן.
זיך צוהערן און לייענען דאָס מעשׂהלע, לאָזן די תּלמידות לייענען אויף אַ קול אויף אַ דערציילישן אויפֿן און גלײַכצײַטיק עס אויסשפּילן.
באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר. מאַכן אַ סדר אין קלאַס און דרך־אַגבֿ אַרײַנפֿירן די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען. שליסן דעם איינס מיט אַ בעל־פּה־קאָנטראָל. .
לייענען: אויף אַ קול די אויפֿגאַבע: לאָמיר מאַכן אַ סדר. ווײַטער מאַכן אַ סדר אין קלאַס, זיך אַרומקוקן אַרום זיך און אויסרופֿן יעדער זאַך וואָס איז נישט אויף איר אָרט.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ.
אויספֿיר: '10
אויסלערנען דאָס לידעלע : גיטי און טובֿי באַגלייט מיט אַ טענצל.
קולטור־ווינקל: ייִדיש־לימוד הײַנט צו טאָג.
 
  • La vidéo sous-titrée est accompagnée de la transcription du texte permettant à l'enseignant de suivre le déroulement de la leçon.
  • L'enseignant trouvera des encadrés visuels en gris avec des consignes et actions à réaliser pendant le cours.
Objectifs - צילן

אין דער לעקציע פֿאַרברייט מען דעם סדר־הלימוד און דעם ווערטער־אוצר פֿון טאָגטעגלעכן לעבן אין קלאַס.
מע בייגט נײַע ווערבן אין דער איצטיקער צײַט, מע פֿאַרפֿעסטיקט די נײַע ווערטער און די סינטאַקטישע סטרוקטורן.
דער שמועס ווערט געפֿירט אויף לשון־נקבֿה, נאָר פֿאַרשטענדלעך אַז מע קען עס צופּאַסן צו יעדער סיטואַציע. דאָס פֿילמעלע אילוסטרירט דעם גאַנג פֿון דער לעקציע.

...
Vidéo du cours
הכנות
Les préparatifs

 

icone pencil
לעקציע נומער פֿיר
הכנות

דער לימוד אין קלאַס ווערט געפֿירט מיט אַ ריטואַל. באַגריסן דעם קלאַס, פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז זונטיק... חודש פֿון.. .און לעקציע נומער… און איבעזאָגן צוזאַמען. זינגען די לידער , אאַז"וו…איבערחזרן דאָס געלערנטע.

די לערערקע :
גוט־מאָרגן, תּלמידות!
די תּלמידות:
גוט־מאָרגן, גוט־יאָר לערערקע!

ערשטער שטאַפּל:
די פֿערטע לעקציע איז תּמיד אַנדערש. מע זיצט אין אַ קרײַז.

די לערערקע :
קומט הערט אַ מעשׂה!

אויפֿן עקראַן ווערט פּראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע און די לערערקע לייענט דאָס מעשׂהלע.

צווייטער שטאַּפּל:
די לערערקע בעט פֿון יעדער איינער צו עפֿענען דאָס שרײַבקעסטל און אויסרופֿן וואָס איז אין אים דאָ.

אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול

וואָס איז דאָ אין דײַן שרײַבקעסטל ?
עס איז דאָ אַ…..    עס זענען דאָ…..
איינצאָל       מערצאָל

דער
בלײַער
מעקער
די
ווירע
פּען
קלעפּ
שער
דאָס די
די פֿאַרבן
די לערערקע פֿרעגט:
וואָס פֿעלט אין דײַן שרײַבקעסטל?
די תּלמידה:
אין מײַן שרײַבקעסטל פֿעלט די פּען.
שטעלן די פֿראַגעס אין אַ קייט.
די תּלמידה:
עס פֿעלט די קלעפּ...א.אַ.וו…

דריטער שטאַפּל: די טעקע - מערצאָל פֿון די זאַכווערטער.

די לערערקע :
לאָמיר לייגן קאָפּ! איצט מאַכן מיר אַ סדר אין דער טעקע.
אַלע ליידיקן אויס די טעקע און מע לייגט צוריק ביכער, העפֿטן…. לויט אַ סדר.
די לערערקע :
מיר לייגן אַרײַן 1. די ביכער, 2. די העפֿטן, 3. די קלאַסערן, 4. די שמאָנצעס….

אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול :

איינצאָל          מערצאָל

דער
קלאַסער
די
העפֿט
פֿאַרב
דאָס
בוך
די
ביכער
העפֿטביכן
פֿאַרבביכן
קלאַסערן

פֿערטער שטאַפּל: אויסשפּילן די מעשׂה גרופּעסווײַז.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ.

די לערערקע:
ווער וויל לייענען די מעשׂה?
די תּלמידות לייענען.
די לערערקע:
מיר מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און נאָך דעם בכתב. ווער ענטפֿערט?
אַלע צוזאַמען און פּאָרלעכווײַז.
די לערערקע:
הײַנט באַקענען מיר זיך מיט אונדזער טעקע און אונדזער שרײַבקעסטל און לערנען די אַלע זאַכווערטער אין מערצאָל.

אַ גוטן טאָג מיידלעך!
אַ שיינעם דאַנק!

 
  • Introduire, en groupe, la thématique"Retour à l’école".
  • Projeter le diaporama et/ou la vidéo en alternant avec et sans le son.
  • Faire répéter la conversation en sous-groupe et corriger.
  • Faire connaissance des expressions et chansons sur le thème de l’enseignement. (voir TAB culture).
...
Vidéo de la conversation
הכנות
Les préparatifs

 

 

 

icone pencil
שמועס נומער פֿיר
הכנות
הערט אַ מעשׂה!


מוצאי־שבת.
מאָרגן איז דער ערשטער
טאָג אין קלאַס. גיטעלע גרייט איר טעקע.
וואָס לייגט זי אַרײַן אין טעקע:
די פֿאַרבן,
די העפֿטן,
די קלאַסערן,
די ביכער,
און דאָס שרײַבקעסטל.
אין שרײַבקעסטל זענען דאָ:

דער בלײַער,
דער מעקער,
די ווירע,
די שער,
די קלעפּ,
און די פּען.
גיטעלע שרײַבט אין איר העפֿט די היימאַרבעט.
אין קלאַס זיצן גיטעלע און טובֿי צוזאַמען און זיי הערן וואָס די לערערקע לערנט.
און ווי תּמיד זינגען זיי אַ ליד: גיטי און טובֿי:

זינגען צוזאַמען, טאַנצן צוזאַמען,
שפּילן צוזאַמען, שרײַבן צוזאַמען.
זינגען - טאַנצן - שפּילן - שרײַבן.
אַלע צוזאַמען - אַלע צופֿרידן!!
גיטי און טובֿי, גוטע חבֿרטעס.
מיט זיי - לערנען.
זינגען, טאַנצן און שפּילן,
שרײַבן, לייענען און רעדן.

icone conversation
Conversation

Écoute bien afin d'entendre la prononciation, l'intonation et le rythme !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

...
Diaporama en vidéo

Ce diaporama a été fait en format vidéo (PowerPoint).

 

  • Travail individuel.
  • Proposer aux élèves de s’enregistrer et ensuite faire écouter à la classe les enregistrements.
  • Vérifier la prononciation.

Le Point Voca de cette leçon

son/sa איר
crayon דער בלײַער
préparer גרייטן
devoirs די היימאַרבעט
préparation די הכנה - די הכנות
ce qui, ce que וואָס
règle די ווירע
qui וועמען
à qui פֿון וועמען
cartable די טעקע
demain מאָרגן
conte די מעשׂה
le soir à l'issue du shabbat מוצאי־שבת
gomme דער מעקער
couleurs די פֿאַרבן
stylo די פּּּען
ensemble צוזאַמען
classeur דער קלאַסער - די קלאַסערן
colle די קלעפּּּ
ciseaux די שער
trousse דאָס שרײַבקעסטל
toujours תּמיד

REMARQUE: Les noms sont indiqués au singulier et au pluriel, accompagnés par l'article défini qui permet de connaître le genre (masculin - דער, féminin - די, neutre - דאָס ).

La traduction d'un nom figure seulement au singulier.

icone conversation
Vocabulaire

Écoute bien afin d'entendre la prononciation et l'intonation puis, répète le mot écouté !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

Retrouvez les derniers PointsVoca

Le PointVocabulaire de la leçon 1 !
Le PointVocabulaire de la leçon 2 !
Le PointVocabulaire de la leçon 3 !
 
  • Faire réaliser les exercices à l’oral et à l’écrit en binôme.
  • Si nécessaire, faire un récapitulatif des points grammaticaux et du vocabulaire utilisé.

 

Exercices Interactifs

Vocabulaire

Exercices Interactifs

Phrases

 

lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour imprimer ou télécharger cette page d' exercices au format pdf
 
  • Intégrer la grammaire graduellement après la pratique et l’acquisition de la conversation.
  • Faire un récapitulatif avant d’aborder les exercices.
Grammaire - גראַמאַטיק & Conjugaison - קאָניוגאַציע
עס איז דאָ - עס זענען דאָ

אײנצאָל

עס איז דאָ + איינצאָל ווערט עס איז דאָ אַ בוך אין שענקל.

מערצאָל

עס זענען דאָ + מערצאָל ווערט עס זענען דאָ ביכער אין שענקל.
ס'איז = עס איז ס'איז דאָ אַ טיש אין קלאַס.
ס'זענען = עס זענען ס'זענען דאָ טישן אין קלאַס.
אַ / אַן / קיין

עס איז דאָ אַ בוך אין שענקל. עס איז נישטאָ קיין בוך אין שענקל. עס זענען דאָ ביכער אין שענקל. עס זענען נישטאָ קיין ביכער אין שענקל.

כּלל

דער אַרטיקל אַ איז פֿאַר אַלע זאַכווערטער פֿון אַלע מינים.
אַ טאָוול, אַ וועלט, אַ בוך
פֿאַר אַ וואָקאַ ל, ווערט דער אַרטיקל אַן.
אַן עפּּל , אַן אויער
דער אַרטיקל אַ האָט נישט קיין מערצאָל.
ער זינגט אַ ליד. ער זינגט לידער.
דער נעגאַטיווער אַרטיקל קיין פֿאַרבײַט דעם אַרטיקל אַ/ אַן אין אַ נעגאַטיוון זאַץ.
אין אַ נעגאַ טיוון זא ץ ווערט געניצט קיין אויך אין מערצאָל.
דער תּלמיד לייענט נישט קיין בוך. דער תּלמיד לייענט נישט קיין ביכער.

דער פֿרעגזאַץ
1 2 3
ווער קומט צום טאָוול?
וואָס רעדן די שכנים?
וווּ שפּּילן מיר?
וואָסער טאָג איז הײַנט?
וויפֿל קינדער לערנען אין ייִדיש־קלאַס?
ווי איז דײַן פֿרײַנד?

כּּלל: סדר פֿון זאַץ

פֿרעגוואָרט ווערב המשך פֿון זאַץ

סדר פֿון זאַץ: דער געבייגטער ווערב מוז זײַן דער צווייטער איינס אין זאַץ. אין אַ פֿרעגזאַץ איז דאָס פֿרעגוואָרט דאָס ערשטע וואָרט.

דער פּראָנאָם מען

1 .דער פּראָנאָם מען, אין איינצאָל דריטע פּּערזאָן האָט דעם באַטײַט פֿון מערצאָל.

2 .דער פּראָנאָם מען: בײַט זיך לויט זײַן אָרט אין זאַץ.
פֿאַרן ווערב קומט מע.
מע לערנט אין שול.
נאָכן ווערב קומט מען.
אין קלאַס רעדט מען.

3.דער פּראָנאָם מען קומט פֿאַר אַ וואָרט וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ וואָקאַל אָדער אַ דיפֿטאָנג.
מען איז צופֿרידן.

דאָס זאַכוואָרט
אײנצאָל מערצאָל
דאָס אויג
דער אויער
די גאַס
די העפֿט
די וועלט
דער נומער
דער קלאַס
דער שמועס
דער אַקסל
דער טאָוול
דאָס בילד
דאָס ליד
דאָס בוך
דאָס מויל
די האַנט
דער טאָג
דער קאָפּ
דער זייגער
די לעקציע
די לערערקע
די ספֿרים־שאַפֿע
די פּּאָליצע
די פֿראַגע
דאָס מיידל
דאָס שענקל
די תּלמידה
דער שכן
דער פֿענצטער
די אויגן
די אויערן
די גאַסן
די העפֿטן
די וועלטן
די נומערן
די קלאַסן
די שמועסן
די אַקסלען
די טאָוולען
די בילדער
די לידער
די ביכער
די מײַלער
די הענט
די טעג
די קעפּּ
די זייגערס
די לעקציעס
די לערערקעס
די ספֿרים־שאַפֿעס
די פּּאָליצעס
די פֿראַגעס
די מיידלעך
די שענקלעך
די תּלמידות
די שכנים
די פֿענצטער
עס איז נישטאָ - עס זענען נישטאָ
עס איז נישטאָ קיין + אײנצאָל ווערט עס איז נישטאָ קיין מיידל אין שול.
עס זענען נישטאָ קיין + מערצאָל ווערט עס זענען נישטאָ קיין מיידלעך אין שול.
די אַרטיקלען
דער- די- דאָס
דער די דאָס
אויער
אַקסל
זייגער
טאָג
טאָוול
משיח
נומער
פֿרײַנד
קאָפּ
קלאַס
שכן
שמועס
גאַס
האַנט
העפֿט
וועלט
לעקציע
לערערקע
ספֿרים־שאַפֿע
פּאָליצע
פֿראַגע
תּלמידה
אויג
בוך
בילד
ליד
מויל
מיידל
שענקל

כּלל

1.יעדער זאַכוואָרט אין ייִדיש איז איינער פֿון די דרײַ מינים: זכר, נקבֿה, אָדער נייטראַל.
2.עס זענען נישט דאָ קיין אַבסאָלוטע כּללים כּדי צו באַשטימען דעם מין פֿון אַ זאַכוואָרט.
דערפֿאַר דאַרף מען לערנען יעדער זאַכוואָרט מיטן אַרטיקל.

דאָס זאַכוואָרט
אײנצאָל + ן = מערצאָל
דאָס אויג + ן = די אויגן
אײנצאָל + ען = מערצאָל
דער טאָוול + ען = די טאָוולען
אײנצאָל + ס = מערצאָל
די פּאָליצע + ס = די פּאָליצעס
אײנצאָל + ער = מערצאָל
דאָס בילד + ער = די בילדער
אײנצאָל + עך = מערצאָל
דאָס מיידל + עך = די מיידלעך
אײנצאָל - וי איבערקלאַנג + ער = מערצאָל
דאָס מויל + ער = די מײַלער
אײנצאָל - אָ איבערקלאַנג + ע = מערצאָל
דער טאָג = די טעג
אײנצאָל = מערצאָל
דער פֿענצטער = די פֿענצטער
אײנצאָל ל"ק נקבֿה + ות = מערצאָל
די תּלמידה = די תּלמידות
אײנצאָל ל"ק זכר + ים = מערצאָל
דער שכן = די שכנים

כּּלל

אין מערצאָל ניצט מען דעם אַרטיקל די פֿאַר אַלע מינים.
עס זענען נישט דאָ קיין אַבסאָלוטע כּללים כּדי צו באַשטימען די מערצאָל־פֿאָרמעס פֿון אַ זאַכוואָרט.
דערפֿאַר דאַרף מען לערנען יעדער זאַכוואָרט מיט דער מערצאָל־פֿאָרמע.

 

L’objectif de cette partie est de faire connaître:

  • L'importance de l'étude comme valeur suprême.
  • L'éducation des filles autrefois et aujourd'hui.
  • Les expressions et chansons sur le thème de l’enseignement.

Proverbe Yiddish

“אייביק לעבן, אייביק לערנען”

“אייביק לעבן, אייביק לערנען”

באַטײַט: דאָס ווערטל דריקט אויס די ווערט פֿון התמדה אין לימוד - La vie éternelle s'acquiert par la persévérance dans l'étude

La persévérance dans l'étude - די התמדה אין לימוד
icone-music "אויפֿן פּריפּעטישיק"
מאַרק וואַרשאַווסקי
La chanson: Oyfn Pripetchik

 

Paroles: אויפֿן פּריפּעטישיק

  אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
  און אין שטוב איז הייס,
  און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך
  דעם אַלף־בית.
 
רעפֿרען:


זאָגט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טײַערע,
  וואָס איר לערנט דאָ;
  זאָגט זשע נאָך אַ מאָל, און טאַקע נאָך אַ מאָל:
  קמץ־אַלף: אָ!

  לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק,
  אַזוי זאָג איך אײַך אָן;
  ווער ס׳וועט גיכערפֿון אײַך קענען עבֿרי,
  דער באַקומט אַ פֿאָן.
  לערנט, קינדער, האָט נישט מורא,
  יעדער אָנהייב איז שווער;
  גליקלעך דער וואָס האָט געלערנט תּורה,
  צי דאַרף אַ מענטש נאָך מער?

  איר וועט, קינדער, עלטער ווערן,
  וועט איר אַליין פֿאַרשטיין,
  וויפֿל אין די אותיות ליגן טרערן און וויפֿל געוויין...

  אַז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפּן,
  אויסגעמוטשעט זײַן,
  זאָלט איר פֿון די אותיות כּוח שעפּן,
  קוקט אין זיי אַרײַן!

icone video “אויפֿן פּריפּעטשיק”
מאַרק וואַרשאַווסקי
Extrait d’un discours du Rebbe de Loubavitch - אַ שׂיחה פֿון ליובאַוויטשער רבין
icone video אַ שׂיחה פֿון ליובאַוויטשער רבין
Extrait d’un discours du Rebbe de Loubavitch
icone-micro שׂיחה פֿון ליובאַוויטשער רבין - אויפֿן פּריפּעטשיק
Extrait d’un discours du Rebbe de Loubavitch

רבותינו נשׂיאנו האָבן געשטורעמט אַז מען זאָל לערנען אותיות בפֿני עצמן, און די נקודות בפני עצמן.
און דערנאָך זיי מחבר זײַן ביחד בלימוד שלאחרי זה.
ושלא כּדעת הטועים אַז זיי רעכענען אַז דאָס האַלט אָפּ די ידיעות התּלמיד והתּלמידה וכו', נאָר ווי רבותינו נשׂיאנו האָבן מבֿאר געווען ומסביר געווען דאָס איז פֿאַרבונדן מיט נתינת התּורה מסיני.

און ווי דער פּרדס ברענגט אויכעט אַראָפּ אַז דאָס אַלץ למשה מסיני.

עזרא האָט דאָס מגלה געווען וכּיוצא בזה. אָבער דאָס למשה מסיני סײַ די אותיות סײַ די נקודות סײַ די הבֿרות זייערע וכו, און מען זאָל לערנען כּמדובר ווי רבותינו נשׂיאנו האָבן אויכעט מדגיש געווען בזה, און האָבן דערמיט אויכעט ממתיק געווען אַפֿילו דעם מנהג פֿון נשים זקנות. האָט דער רשב״א, אַ ייִד פֿון נגלה דער עיקר, איז אים דאָס מפֿליא אַ מנהג פֿון נשים זקנות בישׂראל, איז אַפֿילו אַז מ׳עט קומען בײַ אַלע גדולים זאָל מען דאָס ניט אָנרירן ווי באַלד אַז זיי האָבן דאָס אײַנגעפֿירט וכו'.

על דרך זה אויכעט ס׳איז דאָ דאָ אַ מנהג וואָס אַ מאָל איז געווען אַ מנהג אַ פּשוטער. ביז וואַנען אַז מען פֿלעגט דערמיט פֿאַרוויגן אַ קינד, בשעת ער איז נאָך געווען טרם ידע לקרוא. פֿלעגט מען פֿאַרוויגן מיט אַ לידעלע אַז ס׳איז דאָ אַ ליכטעלע וואָס ברענט, און דער רבי לערנט מיטן קינד קמץ־אַלף - אָ.

האָט מען דאָס מסביר געווען אַז דאָס איז ניט אַן ענין וואָס איז גלאַט באקראי בעלמא; דאָס איז מתקבל געוואָרן און נתפּשט געוואָרן בײַ נשי־ובנות־ישׂראל בדורותינו שלפֿני זה, אין די אַלע מחוזים פֿון תּורה ויהדות ויראת שמים מעבֿר לים. אַז מ׳פֿלעגט אַזוי פֿאַרוויגן אַ ייִדיש קינד מיט קמץ־אַלף - אָ, האָט דערנאָך נשיא דורנו מבֿאר געווען אַ קמץ־אַלף - אָ.

און צי דער מלמד ווייס פֿון דעם צי ניט אָבער מיינען מיינט מען עס, און דאָס ווערט אײַנגעפֿלאַנצט אין דעם קינד בטרם ידע קרוא וכתוב, אַז קמץ־אַלף - אָ דאָס איז דער אַלף פֿון אנכי. וואָס ער איז כּולל דעם גאַנצן דיבור ראשוני: והדיבור ראשון כּולל את כּל עשׂרת־הדיברות און זיי זענען כּולל כּל תּורה־שבכּתב. ו״ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא״ בה כּלולה כּל התּורה־שבעל־פּה, שטייט עס מלכתחילה אין דעם אַלף פֿון אנכי וואָס נקודתו איז אַ קמץ, און עס ווערט דערנאָך דער חיבור פֿון דעם אַלף מיטן קמץ ווערט עס צוזאַמען ״אָ״ און דערנאָך איז ער ממשיך און עס ווערט ״אנכי״.

און דערנאָך ווי די גמרא מפֿרשת די פֿיר אותיות פֿון אנכי. זאָגט די גמרא פֿון שבת אַז די ראשי־תּיבֿות ״אנא נפֿשי כּתבית יהבית״, און בשעת מ׳זאָגט יהבית איז דאָס אַ המשכה. בשעת מען זאָגט כּתבית איז עס אַ פּעולה. בשעת מען זאָגט נפֿשי דאָס איז אַ דרגא. און בשעת מען זאָגט אנא איז דאָס עצמות ומהות. אָ דאָס איז דער אויף וועלכן מען קען זאָגן ״זה״. די מציאות האמיתית וואָס ״מאמיתת המצאו נמצאו כל הנמצאים״.

וואָס דערפֿון איז אויכעט פֿאַרשטאַנדיקט אַז דאָרטן פּאַסט דאָך נישט קיין נקודה. אַ נקודה איז אַ ביאור און אַ פּירוש צו דעם אות. וואָס אַ מאָל קען דאָס זײן אַזאַ מין אַלף וואָס ער איז די התחלה פֿון אנכי. אַ מאָל ווערט עס אַן אַלף וואָס דאָס איז די התחלה פֿון אנחנו, ווערט עס מיט אַ פּתח ועל דרך זה בכל הנקודות שבתּורה.

בשעת מען זאָגט גלײַך דעם אַלף צוזאַמען מיטן ״אָ״ מיט דעם קמץ און מען לאָזט נישט קיין אָרט פֿאַרן אַלף בפֿני עצמו איז דאָס ניט נאָר ניט מסייע, אַז דאָס זאָל אײַנגעפֿלאַנצט ווערן אין דעם קינד, נאָר אַדרבא מען פֿלאַנצט אין אים אַרײַן אַן אַלף מיט אַ נקודה וואָס די פּשיטה פֿון אַ ייִד פֿון קינדווײַז אויף איז אַז צו אַלעם ערשטנס ווערט אַרײַנגעפֿלאַנצט אַן אַלף און נאָר דערנאָך איז דאָ אַן אַלף מיט אַ קמץ, ער קומט שוין אַזוי אין ״תּורה־אור״ און ״אָבֿיו מלמדו תּורה״ אָבער נאָך פֿאַר דעם ״אַלופֿו של עולם״.

ויהי רצון, כּמדובר, אַז פֿון אַלע יאָרן זאָל אַרויס אין פּועל, און בפֿרט דער עניין החינוך דער קמץ־אַלף - אָ וואָס דער רבי לערנט מיטן קינד איז דאָס די התחלה און גענוי דער אַלף פֿון ייִדישקײט איז דאָס אויכעט אַן ענין שהזמן גרמא: עתה אין דער צײַט, אַז ס׳ענדיקט זיך דער זמן וואָס מ׳געפֿינט זיך מחוץ לבית־הספֿר אָדער תּלמוד־תּורה אָדער די ישיבֿה און מע גרייט שוין די קינדער זאָלן אַרײַן אין אַ בית־ספֿר, זאָל עס זײַן אַ כּשרער בית־ ספֿר, נאָך מערער על טהרת־הקודש און דעמאָלט וועלן אויסוואַקסן די קינדער גדולים אין תּורה ומצוותיה און וועלן געבן אַ נחת־רוח אמיתי צו זייערע מחנכים און צו זייערע מדריכים און צו זייערע עלטערן.

Allons plus loin !

באַטײַט וואָרט בײַ וואָרט אויסדרוק
Entreprendre un projet irréalisable Apprendre la danse à un ours לערנען ווי אַ בער טאַנצן
Etudier progressivement Étudier comme un petit enfant לערנען ווי אַ קליין קינד

בשעת ייִנגלעך האָבן זיך געלערנט אין חדרים און ישיבֿות, איז פֿאַר מיידלעך, אין יענער צײַט נישט געווען קיין פֿאָרמאַליזירטער סיסטעם פֿון ייִדישער דערציִונג.

אַ חדר פֿאַר מיידלעך אין לאַסקערעוו, פּוילן די רביצין לערנט די מיידלעך לייענען. די שיטה איז געווען:


די "בית־יעקבֿ" שולנעץ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1917, ווען אַ נייטאָרין אין קראָקע, שׂרה שנירער, האָט באַמערקט, אַז צוליב דעם וואָס עס זענען נישטאָ קיין ערטער וווּ מיידלעך קענען זיך לערנען תּורה, זענען אַ סך פֿון זיי געפֿאַלן אַ קרבן פֿון אַסימילאַציע. מיט דער הסכּמה פֿונעם באַרימטן רבֿ, דעם חפֿץ־חיים, האָט שנירער אויפֿגעשטעלט די ערשטע לערן־אינסטיטוציע, וווּ מיידלעך קאָנען זיך לערנען סײַ תּורה, סײַ וועלטלעכע לימודים אין אַ ייִדישער סבֿיבֿה.
דערצו האָט שׂרה שענירער באַקומען הסכּמות פֿונעם בעלזער רבין און גערער רבין.
בית־יעקבֿ האָט געשטרעבט אַז זייערע תּלמידות זאָלן ווערן לערערקעס און ווײַטער פֿאַרשפּּרייטן די בית־יעקבֿ־ווערטן.
מיטן ציל צו אויסשולן לערערקעס זענען אויך אָרגאַניזירט געוואָרן הויכע לימודים, "בתי־מדרשים" מיט אַ דרײַ־יעריקער פּראָגראַם.
הײַנט צו טאָג זענען בית־יעקבֿ־שולן פֿאַרשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט.

 
  • L’objectif est de vérifier l'intégration du vocabulaire, de la grammaire et de l'expression orale.
  • Les apprenants travaillent individuellement en temps limité.
  • Corriger les activités en classe.
  • Ces activités permettront de réviser des points lexicaux, grammaticaux ou socioculturels.

 

lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour télécharger le Dobble au format pdf
lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour télécharger cette page d'exercices au format pdf