באַקענען זיך מיט די משפּחה־באַגריפֿן, פֿאָרשטעלן די משפּחה, פֿירן אַ שמועס איבער אַ משפּחה־בילד, זיך באַנוצן מיט די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען איינצאָל, שטעלן פֿראַגעס. פֿאַרשטיין און ענטפֿערן יאָ / ניין אויף די פֿראַגעס.
המשך פֿון דער טעמע : די משפּחה. פֿאַרברייטערן די משפּחה־באַגריפֿן, שטייגער לעבן, פֿירן אַ שמועס איבער אַ שידוך, זיך באַנוצן מיטן פּאָסעסיוו מיט 'ס', בייגן דעם ווערב האָבן, מערצאָל פֿון משפּחה־נעמען, פּראַקטיצירן די נומערן ביז דרײַסיק, און שטעלן פֿראַגעס: ווי אַלט..? וויפֿל ..? פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.
המשך די משפּחה. פֿאַרברייטערן די משפּחה־באַגריפֿן, שטייגער לעבן, שמועסן אַרום דער טעמע פֿון פֿאַרשיידענע קוקווינקלען: זיידע־באָבע, זיך באַנוצן מיט אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, שטעלן פֿראַגעס .פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.
המשך די משפּחה. איבערחזרן און פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר אין דעם טאָגטעגלעכן לעבן פֿון אַן עופֿהלע. דער עיקר ווערבן, לאָזן די תּלמידות רעדן וועגן זייערע אייגענע זכרונות, שטעלן פֿראַגעס, פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.
אין דער לעקציע פֿאַרברייט מען דעם סדר־הלימוד און דעם ווערטער־אוצר פֿון טאָגטעגלעכן לעבן אין קלאַס.
מע בייגט נײַע ווערבן אין דער איצטיקער צײַט, מע פֿאַרפֿעסטיקט די נײַע ווערטער און די סינטאַקטישע סטרוקטורן.
דער שמועס ווערט געפֿירט אויף לשון־נקבֿה, נאָר פֿאַרשטענדלעך אַז מע קען עס צופּאַסן צו יעדער סיטואַציע. דאָס פֿילמעלע אילוסטרירט דעם גאַנג פֿון דער לעקציע.
דער לימוד אין קלאַס ווערט געפֿירט מיט אַ ריטואַל. באַגריסן דעם קלאַס, פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז זונטיק... חודש פֿון.. . לעקציע נומער… און איבערזאָגן צוזאַמען. זינגען די לידער , אאַז"וו…איבערחזרן דאָס געלערנטע.
צום באַמערקן: דער דריטער איינס איז געבויט אויף טאָפּלטע לעקציעס - צוויי מאָל 60 מינוט.
נישט פֿאַרגעסן: בײַ גלײַך מיט דער פֿאָרמע: מיר / זיי זײַנען, איר זײַט. ווערט אויך גענוצט די פֿאָרמע: מיר / זיי זענען, איר זענט.
ערשטער שטאַפּל:
ווײַזן אַ משפּחה־בילד און שטעלן די פֿראַגע: וואָס איז דאָס? ווער זענען זיי?
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול די נײַע ווערטער
די משפּחה
דער דער מאַן דער טאַטע |
די די פֿרוי די מאַמע |
דאָס דאָס ווײַב דאָס מיידל דאָס ייִנגל דאָס קינד |
די די ייִנגלגעך די מיידלעך |
אָנווײַזן אויפֿן בילד:
דער מאַן איז דער טאַטע, דאָס ווײַב איז די מאַמע.
אָנווײַזן אויף די בילדער
דער מאַן - די פֿרוי - דאָס ווײַב - מאַן־און־ווײַב.
אויפֿן עקראַן ווערט פּראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע: ביז 1.51 מ'
זיך גוט צוהערן און שטעלן פֿראַגעס אויפֿן פֿילמעלע.
צווייטער שטאַפּל :
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול:
איינצאָל דער זון די טאָכטער |
מערצאָל די זין די טעכטער |
די תּלמידות פֿירן אַַ שמועס צווישן זיך מיט דער פֿראַגע: ווי הייסט….? וויפֿל קינדער? וויפֿל זין? וויפֿל טעכטער…?
המשך: אויפֿן עקראַן ווערט פּראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע: 1.52 מ' ביזן סוף.
זיך גוט צוהערן און שטעלן פֿראַגעס אויף דער משפּחה שוסטער.
אונטערשטרײַכן זענען נישטאָ.
די שנײַדערס | די שוסטערס |
---|---|
בײַ די שנײַדערס זענען דאָ ___ קינדער. | בײַ די שוסטערס זענען דאָ ___קינדער. |
בײַ די שנײַדערס זענען דאָ ___ טעכטער. | בײַ די שוסטערס זענען דאָ ___ טעכטער. |
בײַ די שנײַדערס זענען דאָ ___ זין. | בײַ די שוסטערס זענען נישטאָ קיין ___. |
דער טאַטע הייסט______. | דער טאַטע הייסט______. |
די מאַמע הייסט ______. | די מאַמע הייסט _______. |
די קינדער הייסן ___ _____ ____ _____. | די קינדער הייסן ____ _____ _____. |
די שנײַדערס וווינען אין _________. | די שוסטערס וווינען אין _________. |
ווײַזן ווידער דאָס פֿילמעלע פֿאַרשטומט און שטעלן פֿראַגעס.
דריטער שטאַפּל :
איבערחזרן די נײַע ווערטער
1. אָנשרײַבן דאָס פֿאַרקערטע
דער טאַטע | די מאַמע |
דער זון | |
דער מאַן | |
דאָס ייִנגל |
2. דערגאַנצן דעם לוח
איינצאָל | מערצאָל |
דאָס קינד | די |
דער זון | די |
די טאָכטער | די |
דאָס ייִנגל | די |
דאָס מיידל | די |
פֿערטער שטאַפּל :
זיך צוהערן צום שמועס, לייענען דעם שמועס פּאָרלעכווײַז.
מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ.
אָפּטאַטיוו:
שפּיל: ווער זענען זיי? זיך שפּילן מיט בילדער.
אָנהייבן צונויפֿשטעלן דעם אייגענעם משפּחה־בוים.
זינגען דאָס ליד: האָבן מיר אַ ניגונדל.
קולטור־ווינקל: משפּחה־נעמען בײַ ייִדן.
הײַנט באַקענען מיר זיך מיט דער משפּחה און לערנען די זאַכווערטער אין איינצאָל און מערצאָל.
אַ גוטן טאָג!
אַ שיינעם דאַנק!
ביילע: אַ גוטן אָוונט!
מירעלע: אַ גוטן אָוונט! וואָס מאַכסטו?
ביילע: ברוך־השם גוט.
מירעלע: ווער זענען זיי?
ביילע: מײַן שוועסטערס משפּחה. זיי זענען טאַטע־מאַמע.
מירעלע: צי האָבן זיי קינדער?
ביילע: יאָ. פֿינף קינדער, קיין עין הרע.
מירעלע: זין אָדער טעכטער?
ביילע: פֿיר טעכטער און איין זון, דער בכור. הײַנט איז זײַן בר־מצווה.
מירעלע: ווי שיין! מזל־טובֿ!
ביילע: חסדי־השם!
מירעלע: זײַ געזונט!
Écoute bien afin d'entendre la prononciation, l'intonation et le rythme !
Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant
Ce diaporama a été fait en format vidéo (PowerPoint).
un (e) | אַ / אַן |
chez | בײַ |
avoir | האָבן |
épouse | דאָס ווײַב - די ווײַבער |
que c'est beau! | ווי שיין! |
fils | דער זון - די זין |
père, papa | דער טאַטע - די טאַטעס |
fille (parenté) | די טאָכטער - די טעכטער |
garçon | דאָס ייִנגל - די ייִנגלעך |
homme, mari | דער מאַן - די מענער |
mère, maman | די מאַמע - די מאַמעס |
félicitations | מזל־טובֿ |
famille | די משפּחה |
non, ne...pas | ניין...נישט |
femme | די פֿרוי - די פֿרויען |
enfant | דאָס קינד - די קינדער |
beau, joli | שיין |
REMARQUE: Les noms sont indiqués au singulier et au pluriel, accompagnés par l'article défini qui permet de connaître le genre (masculin - דער, féminin - די, neutre - דאָס ).
La traduction d'un nom figure seulement au singulier.
Écoute bien afin d'entendre la prononciation et l'intonation puis, répète le mot écouté !
Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant
איך | האָב |
דו | האָסט |
ער, זי | האָט |
עס | האָט |
מען | האָט |
מיר | האָבן |
איר | האָט |
זיי | האָבן |
כּלל: בײַ דער צווייטער, דריטער פּערזאָן איינצאָל און צווייטער פּערזאָן מערצאָל פֿאַלט אַראָפּ דער אות בית פֿונעם שורש.
נאָמינאַטיוו | זכר דער |
נקבֿה די |
נייטראַל דאָס |
דער קלאַס איז אײַנגענעם.
די טעקע איז אויפֿן טיש.
דאָס בילד איז שיין.
די אַרטיקלען
דעם- די- דאָס
איינצאָל - אַקוזאַטיוו
זכר | נקבֿה | נייטראַל | |
נאָמינאַטיוו | דער | די | דאָס |
אַקוזאַטיוו | דעם | די | דאָס |
דער ← דעם
די ← די
דאָס ← דאָס
דער מענטש קױפֿט דעם ספֿר.
די רביצין זאָגט די תּחינה.
דאָס קינד לײענט דאָס בוך.
די אַרטיקלען
מערצאָל - אַקוזאַטיוו
נאָמינאַטיוו | זכר די |
נקבֿה די |
נייטראַל די |
אַקוזאַטיוו | די | די | די |
דער ← די
די ← די
דאָס ← די
די קלאַסן זענען אײַנגענעם.
די טעקעס זײַנען אויפֿן טיש.
די בילדער זענען שיין.
דער מענטש קויפֿט די ספֿרים.
די רביצין זאָגט די תּחינות.
דאָס קינד לייענט די ביכער.
1.יעדער זאַכוואָרט אין ייִדיש איז איינער פֿון די דרײַ מינים: זכר, נקבֿה, אָדער נייטראַל.
2. דער אַקוזאַטיוו באַצייכנט דעם דירעקטן אָביעקט פֿון זאַץ.
3. די איז דער אַרטיקל פֿאַר דער מערצאָל־פֿאָרמע אין אַלע קאַזוסן אין די דרײַ מינים.
מערצאָל פֿון משפּחה נעמען
משפּחה נעמען + ס = מערצאָל פֿון משפּחה נעמען
משפּחה שנײַדער = די שנײַדערס
משפּחה גאָלדבערג = די גאָלדבערגס
יוצא־מן־הכּלל: די שמולעוויטשעס
די שולצעס
די ווײַס
די גאָלדבערגס און די זילבערס זענען שכנים.
די שולצעס גײען צו די שנײַדערס פֿאַר פרישטיק.
איך | וויל |
דו | ווילסט |
ער, זי | וויל |
עס | וויל |
מען | וויל |
מיר | ווילן |
איר | ווילט |
זיי | ווילן |
כּלל: 1. די דריטע פּערזאָן איינצאָל איז אָן דער ענדונג 'ט'.
2. איבערקלאַנג בײַ בייגן דעם ווערב:
דער אינפֿיניטיוו וועלן ווערט ⇽ווילן אין דער איצטיקער צײַט.
צוויי פֿאַרקלענער פֿאָרמעס
די ערשטע מדרגה ← סופֿיקס ל
די צווייטע מדרגה← סופֿיקס עלע
סופֿיקסן מערצאָל
צוויי פֿאַרקלענער פֿאָרמעס
די ערשטע מדרגה ← סופֿיקס לעך
די צווייטע מדרגה← סופֿיקס עלעך
איינצאָל | מערצאָל | |
די העפֿט | די העפֿטן | |
ערשטע מדריגה | דאָס העפֿטל | די העפֿטלעך |
צווייטע מדריגה | דאָס העפֿטעלע | די העפֿטעלעך |
די פֿאַרקלענער פֿאָרמעס
איבערקלאַנג
די גאַס | דאָס געסל | דאָס געסעלע |
דער קאָפּ | דאָס קעפּל | דאָס קעפּעלע |
דאָס בוך | דאָס ביכל | דאָס ביכעלע |
דאָס אויג | דאָס אייגל | דאָס אייגעלע |
דאָס הויז | דאָס הײַזל | דאָס הײַזעלע |
אַ ← ע
אָ ← ע
ו ← י
ױ ← ײ
וי ← ײַ
אַ ניִואַנס אָדער אַ נײַעם באַטײַט
דער יונג - די יונגן - jeune homme | די מויד - די מוידן - jeune fille |
דאָס ייִנגל - די ייִנגלעך - garçon | דאָס מיידל - די מיידלעך - fille |
דאָס ייִנגעלע - די ייִנגעלעך - petit enfant | דאָס מיידעלע - די מיידעלעך - petite fille |
מיר | זײַנען | זענען |
איר | זײַט | זענט |
זײ | זײַנען | זענען |
בײַ גלײַך מיט דער פֿאָרמע: מיר / זיי זײַנען , איר זײַט.
ווערט אויך גענוצט די פֿאָרמע: מיר / זיי זענען, איר זענט.
אינעם צענטראַלן דיאַלעקט (פּױליש) און אין די דרומדיקע דיאַלעקטן ווערט גענוצט די פֿאָרמע: זענען, זענט.
דערקעגן אין די צפֿונדיקע (ליטװיש) און אין אַ טײל פֿון די דרום־מזרחדיקע דיאַלעקטן, די אַנדערע פֿאָרמע:
זײַנען, זײַט.
ביידע פֿאָרמעס זענען ריכטיק און גילטיק. בײַ הײַנטיקע חרדישע און חסידישע קרײַזן הערט מען ס'רוב: זענען, זענט
איינצאָל: 👦🔺 מײַן דײַן זײַן איר |
איינצאָל: 👦🔺🔺 מײַנע דײַנע זײַנע אירע |
👦👦🔺 אונדזער אײַער זייער |
👦👦🔺🔺 אונדזערע אײַערע זייערע |
כּלל: אין מערצאָל פֿון די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען איז די ענדונג שטענדיק 'ע' ווי בײַ די אַדיעקטיוון
איר ברודער - אירע ברידער
זייער בוך - זייערע ביכער
פּאָסעסיוו מיט ס
נאָמען + ס = שייכות
הערשעלע האָט אַ פֿרײַנד = ער איז הערשעלעס פֿרײַנד.
ביילע האָט אַ שוועסטער = זי איז ביילעס שוועסטער.
ייִדיש | לשון־קודש |
---|---|
1. וואָס? 2. וואָסער? 3. וווּ? 4. ווי? 5. ווי אַלט..? 6. וויפֿל? 7. וועמענס? 8. ווער? 9. פֿאַר וואָס? 10.פֿון וואַנען? 11.פֿון װעמען? 12.צי? |
1. quoi? 2. Lequel / laquelle ? 3. où? 4. comment? 5. quel age? 6. combien? 7. à qui? 8. qui? 9. pourquoi? 10. d'où? 11. de qui? 12. est-ce que? |
L’objectif de cette partie est de faire connaître:
באַטײַט: שידוכים אױף דער װעלט זענען דעם פּרי עמלו פֿונעם רבונו־של־עולם, כאָטש מיר האָרעווען און פּאָרענען זיך, ווערט צום סוף אַ זיװג געשלאָסן נאָר מיטן אייבערשטנס װיל און הילף. אַ גרױסער װוּנדער װאָס הקב"ה פֿאַרנעמט זיך מיט דעם זינט די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן.
ווערטל | טײַטש | מקור |
די זין זענען געראָטן נאָך דער מוטערס ברודער | La plupart des fils ressemblent au frère de la mère | ב״ב קי |
טאַטע־מאַמעס זינד קומט אָן דאָס קינד | je punis la faute des pères sur les fils | שמות כ׳, ה׳ |
גאָט זיצט אויבן און פּאָרעט שידוכים אונטן | Dieu, d’en Haut, forme les couples ici-bas | ב״ר סח |
- האָסט עפּעס פֿײַנע קינדער בערל?
- אָט פּונקט ווי אין דאַוונען: כּולם אהובֿים כּולם ברורים כּולם גיבורים כּולם קדושים… ליבינקע, שטאַרקע, ערלעכע....
- וואָס דאַרף מען מער?
- נאָר איין פֿעלער האָבן זיי: כּולם פּותחים את פּיהם...
אַלע עפֿענען זייערע מײַלער און בעטן עסן.
"ויאמר אליו אַבֿרהם השמר לך פּן תּשיבֿ את בני שמה…" (בר' כּד/ ו)
אַבֿרהם־אָבֿינו וואָרנט אָן זײַן קנעכט אליעזר ער זאָל נישט דערלאָזן זײַן בן־יחיד יצחק־אָבֿינו זיך אַריבערציִען קיין חרן.
פֿון דעם איז צו זען די גרויסע חכמה פֿון אונדזער פֿאָטער אַבֿרהם־אָבֿינו. ער האָט געוואָלט פֿאַרהיטן זײַן זון פֿון אַ שוויגער.
יתר, יִתרוֹ, חובֿבֿ, רעואל, חבֿר, פּוטיאל וקיני (מכילתא דרבי ישמעאל)
"ולכהן מדין שבֿע בנות…" (שמות ב/ טז). אַ פֿאָטער וואָס איז געבענטשט מיט זיבן טעכטער חתונה צו מאַכן, איז נישט קיין וווּנדער אַז ער האָט זיבן נעמען. בײַ יעדער חתונה האָט ער גענומען אַן איידעם אויף קעסט, שפּעטער נישט געהאַט מיט וואָס צו דעקן דעם חובֿ און באַנקראָטירט, ממילא האָט ער געמוזט אָננעמען נאָך יעדער חתונה אַן אַנדערן נאָמען.
זיבן טעכטער איז נישט קיין געלעכטער!
אַ פֿאָטער איז אַרײַן אין תּלמוד־תּורה, געפֿינט ער ווי דער מלמד לערנט אײַן זײַנע בנים קדיש זאָגן, דערלאַנגט ער — אַ דערשטוינטער — אַ פֿרעג:
- וואָס איז דאָס? וואָס עפּעס קדיש, דערווײַל בין איך דאָך נאָך נישט געשטאָרבן!
- ס’מאַכט נישט, זאָל אײַך דאָס ניט אַרן, וואָרעם ביז וואַנען אײַערע קינדער וועלן קענען זאָגן גוט קדיש, וועט איר נאָך אויסלעבן אײַערע הונדערט־און־צוואַנציק יאָר.
דער מנהג פֿון באַדעקן די כּלה
פֿאַר דער חופּה איז דאָ אַ מנהג װען דער חתן קומט צו צו דער כּלה מיט צװײ עדים צו פֿאַרשטעלן איר פּנים מיט אַ דעקטוך.
דער דעקטוך בלײַבט אַזױ אױף דער כּלהס פּנים פֿאַרשטעלנדיק איר געזיכט סײַ װען מע פֿירט זי צו דער חופּה און סײַ װען דער חתן איז זי מקדש מיטן קידושין־רינגל.
דאָס דעקטיכל װערט דערמאָנט אין דער גמרא און אין דער משנה אַלס הינומא מיט װעלכער אַ בתולה איז געפֿירט געװאָרן צו דער חופּה.
רש"י דערקלערט אַז פּונקט אַזױ האָבן זיך ײִדן אין זײַנע צײַטן געפֿירט צו פֿאַרשטעלן דער כּלהס אױגן. תּוספֿות און די קומעדיקע מפֿרשים רופֿן אָן דאָס דעקטיכל װי אַן אַנדער סאָרט פֿון אַ חופּה און צוליב דעם מוז מען באַדעקן די כּלה מיט צװײ עדים.
אין מאײן (מערבֿ דײַטשלאַנד) און אין פּױלין פֿלעגט דער חתן קומען אין דער פֿרי פֿונעם חתונהס טאָג צו באַדעקן די כּלה.
אָט דער צניעותדיקער הלכהשער מנהג װאָס איז געװען פֿאַרשפּרײט אין אַשכּנז האָט דערצו אַ געהײמלעכן באַטײַט,
דאָס פּאָרפֿאָלק הײבט אָן צו באַקענען זיך אױף אַ צניעותדיקן אופֿן, און דאָס איז אַ רמז אױפֿן חתנס גרייטקײט צום באַשערטן זיװג.