Pourim: Les Sages de Chelm - פּוריםּ: כעלעמער חכמים

Laissez vous tenter par une autre blague!
icone-musique היפּש אָפּגערוקט
La montagne déplacée

 

 

icone-musique אַרויסגעגנבֿעט די לבֿנה
On a volé la lune ?

icone pencilכעלעמער חכמים
Les Sages de Chelm

היפּש אָפּגערוקט

דעם כעלעמער עולם האָט זיך פֿאַרגלוסט צו פֿאַרגרעסערן די שטאָט כעלעם אין זײַטן אַרום.

וואָס טוט מען אָבער מיטן באַרג?

איז געבליבן מען זאָל דעם באַרג אָפּרוקן ווײַטער.
געזאָגט – און געטאָן.

אין איין שיינעם זומערדיקן פֿרימאָרגן גייט אַרויס דער עולם צום באַרג, וואַרפֿט פֿון זיך אַראָפּ די קאַפּאָטעס און לייגט זיי אין אַ זײַט, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און נעמט זיך געשמאַק צו דער אַרבעט. דערווײַל פֿאָרט דורך אַ פּויער מיט אַ פֿור, זעט ער ווי אַלע כעלעמער זענען אַזוי פֿאַרטראָגן אין זייער אַרבעט און קוקן גאָרנישט אַרום זיי, איז ער זיך מיישבֿ און פֿאַרנעמט אַלע קאַפּאָטעס. נאָך עטלעכע שעה שווערע אַרבעט, אַז דער עולם איז מיד געוואָרן און עס האָט געגאָסן פֿון זיי שווייס, האָבן זיי זיך צוגעזעצט אַ ביסל זיך אָפּרוען. זיי געבן אַ קוק – די קאַפּאָטעס זענען נישטאָ.
– אַ פּנים – זאָגן זיי מיט שׂמחה – מיר האָבן שוין היפּש אָפּגערוקט דעם באַרג, אַז מיר זעען שוין ניט אַרויס פֿון דער ווײַטנס אַפֿילו אונדזערע קאַפּאָטעס.

 

icone pencilכעלעמער חכמים
Les Sages de Chelm

אַרויסגעגנבֿעט די לבֿנה

כעלעמער ייִדן שטייען אין אַ העלע ליכטיקע נאַכט פֿון האַלב חודש, באַטראַכטן די שײַנענדיקע לבֿנה און באַקלערן צווישן זיך:

וווּ נעמט מען אַזאַ ליכטיקע לבֿנה שפּעטער אַ ביסל, אין די פֿינצטערע נעכט פֿון סוף חודש?

דערזעען זיי ווי די לבֿנה שײַנט אַרויס פֿון אַ גרויסער פֿאַס וואַסער. פֿאַלן די כעלעמער אויף אַזאַ שׂכלדיקער המצאה:

זיי כאַפּן געשווינד און פֿאַרקלאַפּן די פֿאַס מיט ברעטלעך, כּדי די לבֿנה זאָל בלײַבן דאָרט פֿאַרשפּאַרט, און אַז עס וועלן קומען די פֿינצטערע נעכט וועט מען זי פֿון דאָרטן אַרויסלאָזן און אין כעלעם וועט זײַן ליכטיק.

געקומען די ערשטע פֿיצטערע נאַכט, לאָזן זיך כעלעמער צו דער גרויסער פֿאַס, מע קלאַפּט אויף די ברעטלעך און מע טוט אַן עפֿן־אויף – ניטאָ די לבֿנה! ווּהין פֿאָרט איז זי פֿון דאָרט אַהינגעקומען?

רופֿט זיך אָן איינער פֿון די כעלעמער חכמים:

– הערט איר, וואָס איך וועל אײַך זאָגן, ניט אַנדערש, אַז די גנבֿים האָבן זיך דערוווּסט און זי פֿון דאַנען אַרויסגעגנבֿעט.

איר קענט ניט די לײַט? זיי טויג ניט צום געשעפֿט עס זאָל זײַן כּסדר ליכטיקע נעכט…