Chavouot: Blintzess au fromage - שבֿועות: בלינצעס

Laissez vous tenter par une autre recette!
4 Personnes
4 מענטשן
Facile
גרינג
25 minutes
25 מינוט

Ustensiles

געשיר

  • דער לעפֿל
  • צוויי שיסלען
  • דאָס גלאָז
  • די פֿלאַכע פֿאַן
  • דאָס לעפֿעלע

Ingrédients

פּראָדוקטן

  • אַ גלאָז מעל
  • אַ גלאָז וואַסער אָדער מילך
  • דרײַ אייער
  • דרײַ לעפֿל בוימל
  • דרײַ פֿערטל לעפֿעלע זאַלץ
  • אַ האַלב גלאָז בוימל צום פּרעגלען
  • איין פּעקל קעז פֿינף פּראָצענט פֿעטס
  • שאָלעכץ פֿון אַ צעריבענעם ציטרין
  • איין זעקל וואַניל־צוקער
  • צוויי לעפֿל וואַניל־פּודינג

Préparation

דער גאַנג

דאָס טייג:

  • דורכקוקן די אייער
  • דורכזיפּן דאָס מעל
  • אַרײַנלייגן אַלע שטאָפֿן אין שיסל  
  • אויסמישן ביז דאָס געמיש ווערט גלאַטיק
  • אָנוואַרעמען בוימל אין אַ פֿלאַכער פֿאַן, אַרײַנגיסן 2-3 לעפֿל פֿון דעם געמיש און פּרעגלען ביז עס ווערט געלבלעך, אַרויסנעמען פּאַמעלעך

דער קעז-אָנפֿיל:

  • אַרײַנגיסן דעם קעז-אָנפֿיל אין שיסל
  • וואַרטן צען מינוט ביז ס'זאָל אײַנזאַפּן דעם געשמאַק
  • אָנפֿילן דאָס טייג מיט דעם קעז
  • אײַנדרייען די בלינצעס
  • (צוגעבן אַ ביסל פּוטער און צוקער, אָדער וואַרעמען קלעאָן-סיראָפּ (מייפּל) צו היטן די וואַרעמקײט)

Tradition

מנהגים

מילכיקע מאכלים אויף שבֿועות

פֿאַר וואָס עסט מען מילכיקס ?

אין אַ סך ערטער פֿירט מען זיך צו עסן מילכיקע מאכלים דעם ערשטן טאָג שבֿועות.

אין דעם דאָזיקן טאָג, ו' סיוון, האָט מען אַרויסגשעלעפּט משה־רבינו פֿון טײַך נילוס. משה־רבינו האָט געוואָלט עסן און שפּײַזן זיך נאָר פֿון אַ ייִדישער פֿרוי. צוליב דעם עסן ייִדן מילכיקע פּראָדוקטן.

מתּן־תּורה האָבן ייִדן באַקומען נײַע הלכות וועגן כּשרות, דערפֿאַר האָבן זיי געדאַרפֿט כּשרן זייערע כּלים. וויבאַלד מתּן־תּורה איז געווען שבת, האַבן זיי נישט  געקענט כּשרן די כּלים צוליב דעם האָבן ייִדן געגעסן מילכיקס.

"מנחה חדשה לה' בשבֿועותיכם" - ראשי־תּיבות מחלבֿ = חלבֿ טרעפֿט בגימטריא פֿערציק, אַנטקעגן די פֿערציק טעג וואָס משה־רבינו איז געווען אויפֿן באַרג־סיני.             

תּורה האָט ליב הכנעה און מילכיקע מאכלים זענען פּשוטער ווי פֿליישיקע מאכלים.