Roch Hachana: Gâteau au miel - ראָש־השנה: רעצעפּט פֿון אַ האָניק־לעקעך

Laissez vous tenter par une autre recette!
8 Personnes
8 מענטשן
Facile
גרינג
40 minutes
40 מינוט

Ustensiles

געשיר

  • אַ בעקן
  • צוויי שיסלען
  • אַ לעפֿל צום מישן
  • אַ מאַשין אויפֿצושלאָגן די ווײַסלעך

Ingrédients

פּראָדוקטן

  • 4 אייער, צעשיידט
  • 150 גראַם (3/4 גלאָז) צוקער
  • 240 גראַם (2/3 גלאָז) האָניק
  • 240 מ"ל (1 גלאָז) שטאַרקע קאַלטע קאַווע (אַ גלאָז וואַסער מיט 2 לעפֿלעך קאַווע)
  • 180 מ"ל (3/4 גלאָז) בוימל
  • 1/2 לעפֿעלע צעמאָלענער צימערינג
  • 1 לעפֿעלע וואַניל־אַראָמאַט
  • 320 גראַם (2 מיט אַ פֿערטל גלאָז) מעל
  • 10 גראַם (2 לעפֿעלעך) באַקפּראָשעק
  • 1/2 לעפֿעלע באַקסאָדע
  • צוקער־פּודער (צום באַפּוצן)

Préparation

דער גאַנג

  1. מען הייצט אָן דעם אויוון אויף 170 גראַד און מען באַפֿעצט גוט דעם בעקן. 
  2. אין אַ שיסל שלאָגט מען אויף די ווײַסלעך מיט דעם זאַלץ ביז עס באַקומט זיך אַ ווײַסער שוים. 
  3. מע שלאָגט ווײַטער אויף די אייער און מע גיט צו דעם צוקער צו ביסלעך, ביז עס באַקומט זיך אַ פֿעסטער מערענג. 
  4. אין דער צווייטער שיסל מישט מען צוזאַמען די געלעכלעך, האָניק, קאַווע, בוימל, צימערינג און וואַניל ביז עס באַקומט זיך אַ גלײַכע מישונג. 
  5. גלײַכצײַטיק גיט מען צו פּאַמעלעך די געלעכלעך מישונג, ביז אַלץ איז גוט אויסגעמישט. 
  6. מע שיט אַרײַן דאָס מעל, באַקפּראָשעק און באַקסאָדע, און מען מישט ווײַטער פּאַמעלעך ביז עס איז אַלץ גוט דורכגעמישט.
  7. מע פֿירט איבער די מישונג אין דעם בעקן אַרײַן, און מען גלעט אויס דעם אייבערשטן טייל.
  8. מע באַקט 40-50 מינוט אָדער ביז מען שטעקט אַרײַן אַ ציין־שטעכער און עס קומט אַרויס מיט אַ ביסל פֿײַכטלעכע קרישקעס. 
  9. מע לאָזט אָפּקילן.
  10. מע באַשיט מיט צוקער־פּודער פֿון אויבן.                                                               

Tradition

מנהגים

האָניק־לעקעך

פֿאַר וואָּס? 

עס איז דאָ אַ מנהג צו באַקן אַ האָניק־לעקעך און בעטן איינער פֿון דעם אַנדערען "לעקעך".

דער ליובאַוויטשער רבי האָט אונדז דערציילט אַז אויב עס איז חלילה נגזר געוואָרן אויף עמעצן אַז ער זאָל דאַרפֿן אָנקומען צו "מתנת בשׂר־ודם", זאָל ער יוצא זײַן ידי חובֿה מיט דעם שטיקל לעקעך וואָס ער בעט.

און אַז דער געבער פֿון לעקעך איז דער רבי אַליין, קען ער זײַן זיכער אַז מיט דעם קומט ער אָפּ דעם עניין פֿון "מתנת בשר־ודם" און פֿון איצט אָן און ווײַטערַ וועט זײַן פּרנסה קומען צו פֿון אייבערשטן אַליין.

אַַ מעשׂה מיט "אַ לעקעך"

אַ מאָל, ערבֿ־יום־כּיפּור האָט דער רבי געטיילט לעקעך. צווישן אַלע מענטשן, איז געווען אַ קליין מיידעלע. דער רבי האָט איר געגעבן אַ שטיקל לעקעך און געזאָגט: "מאַך אַ ברכה און עס". דאָס מיידעלע האָט געענטפֿערט אַז זי וויל נישט עסן דעם לעקעך ווײַל זי וויל אַז איר מאַמע זאָל באַקומען אויך פֿון דעם. דער רבי  האָט איר געגעבן נאָך אַ שטיקל לעקעך און געזאָגט אַז דאָס וועט זײַן פֿאַר איר מאַמען, אָבער דאָס ערשטע שטיקל לעקעך זאָל זי עסן איצט. און האָט מוסיף געווען אַז איר מאַמעס שטיקל זאָל געלייגט ווערן אין אַ פֿרישן לעקעך.

און אַזוי האָבן זיי טאַקע געטאָן. זיי האָבן געבאַקן אַ גרויסן לעקעך און אַרײַנגעמישט דעם רבינס לעקעך כּדי אַ סך ייִדן זאָלן זוכה זײַן צו עסן און געבענטשט ווערן מיט אַלע ברכות.