איך בין אַ קריגל אַ קליינס
מיט אַ זיגל אַ שיינס,
געבליבן אין גאַנצן אַליין.
געבליבן אין גאַנצן אַליין.
איך זיץ דאָ און וויין
אונטער אַ צעבראָכענעם שטיין.
אוי וויי, אוי וויי
איך זיץ דאָ און וויין.
איך וויל בלײַבן לויטער און ריין.
איך האָב געזען, אַליין געזען
וואָס אין בית־המקדש איז געשען,
שלעכטע יוונים, גרויסע רשעים
האָבן אַלץ מטמא געווען.
זאָג נישט אויס
זאָג גאָרנישט אויס,
דערצייל נישט פֿאַר די יוונים.
איך בין אַ קריגל אַ קליינס
מיט אַ זיגל אַ שיינס,
געבליבן אין גאַנצן אַליין.
אָבער וואַרט מײַן פֿרײַנד,
מיט האָפֿענונג וואַרט.
עס וועט באַלד קומען די צײַט.
איך וועל נאָך קענען
ברענען און ברענען
אין בית־המקדש לעולמי־עד,
ברענען
אין בית־המקדש לעולמי־עד.
געזאָגט און געטאָן,
מען לויפֿט שנעל אַהין
דאָס קליינע קריגל מע נעמט.
אַ נס, אַ נס איז געשען!
אַכט טעג האָט עס געברענט.