Chavouot: Matan Torah - שבֿועות: מתּן־תּורה

Laissez vous tenter par une autre causerie!
Mena’hem Mendel de Rymanów
1745 - 1815
רבי מנחם־מענדל פֿון רימענעוו
-
Matan Torah - מתּן־תּורה

וואָס האָבן ייִדן געהערט בײַ מתּן־תּורה?

דער רימענעווער רבי - רבי מנחם־מענדל, האָט געזאָגט אַז ייִדן האָבן נאָר געהערט דעם אות אַלף.
פֿאַר וואָס? ווי אַזוי?
וואָס איז געווען די כּוונה פֿון השם־יתברך?
דער רבונו־של־עולם האָט אויסגעלערנט די ייִדן אַ טיפֿע כּוונה.
דער אות אַלף איז ראשי־תּיבות:

אַלף - אוזן - דער אויער
למד- לבֿ - דאָס האַרץ
פּה - פּה - דאָס מויל

און דער קמץ מיינט- לקמץ - פֿאַרמאַכן.
דער סך־הכּל פֿון די דרײַ גלידער איז אין גמטריא:

עינים - מיט אַ כּולל 181
ווי אַזוי?
אוזן - 64
לבֿ - 32
פּה - 85
סך-הכּל- 181
מספּר כּולל- 10

די 4 גלידער קענען פֿירן דעם מענטשן צום גוטן אָדער חס־וחלילה צום שלעכטן.
צוליב דעם האָט אונדז גאָט געוואָרנט צו "מקמץ  זײַן", צומאַכן:
די אויערן - נישט צו הערן קיין לשון־הרע.
דאָס האַרץ - נישט צו טראַכטן קיין שלעכטע מחשבות.
דאָס מויל - נישט צו רעדן קיין רכילות.
די אויגן - נישט צו קוקן אויף קיין מיאוסע זאַכן.
און דער עיקר די אויגן וואָס זענען נגד כּולם.