Souccot: Ensemble et attentifs à chacun - סוכּות: צוזאַמען איז מען מכבד יעדן איינעם

Rabbi Ya'akov Yossef Katz
1695 - 1781
רבי יעקבֿ־יוסף כּץ
-

סוכּות: צוזאַמען איז מען מכבד יעדן איינעם

 

רבן יוחנן בן זכאי אמר להם צאו וראו...
מסכת אבות פּרק ב משנה ט

פּרקי־אָבֿות אויף ייִדיש

רבן יוחנן בן זכאי האָט געזאָגט צו זײַנע פֿינף תּלמידים (רבי אליעזר בן הורקנוס, יהושע בן חנניא, יוסי הכהן, שמעון בן נתנאל, אלעזר בן ערך) גייט אַרויס און געפֿינט אויס וועלכער איז דער גוטער וועג וואָס דער מענטש זאָל זיך אין אים באַהעפֿטן.

  • רבי אליעזר זאָגט אַ גוט אויג
  • יהושע: אַ גוטער חבֿר
  • יוסי: אַ גוטער שכן
  • שמעון: דער וואָס זעט פֿאָרויס וואָס עס וועט פֿאָרקומען

רבי אלעזר זאָגט אַ גוט האַרץ…

רבי אלעזר זאָגט אַ גוט האַרץ ווײַל עס רעכנט אין זיך אַרײַן אַלע אַנדערע מידות.
ווען אַ מענטש האָט אַ גוט האַרץ זעט אים אויס אַז אַלע זענען גוטע. און אויך פֿאַרקערט מיט אַ שלעכט אויג זעט מען די חסרונות בײַ אַלעמען און אַלע מידות ווערן אַרײַנגערעכנט אין אַ שלעכט האַרץ.

איזה חכם הלומד מכּל אָדם…

בן זומא זאָגט ווער איז אַ חכם?

דער וואָס לערנט פֿון יעדן מענטשן. ווי עס שטייט ״מכּל מלמדי השׂכּלתּי״ (תּהילים קיט, צט) פֿון אַלע מײַנע לערערס האָב איך זיך געלערנט שׂכל.

אַזוי קען מען פֿאַרשטיין די משנה: ווער איז אַ חכם ?

טאַקע דער וואָס לערנט זיך פֿון אַ רשע, ווײַל ער געפֿינט בײַ זיך אויך אַ שמץ פֿון דעם חטא. צוליב דעם וועט ער תּשובֿה טאָן און דאָס איז אַ ריכטיקער חכם.
דער געדאַנק פֿון אַחדות פֿירט צו אַז אַ מענטש זאָל זײַן אַ חכם נאָר ווען ער האַלט אַ צווייטן פֿאַר אַ חכם.
קענטענישן קען ער שוין, און מיט די פֿון זײַן חבֿר וועט זײַן אייגענע חכמה געטאָפּלט ווערן.

כי יהיה לאיש בן סורר ומורה איננו שמע בקול אביו ובקול אמו ויסרו אתו ולא ישמע אליהם.
דבֿרים כּא, יח

טײַטש:

אַז אַ מאַן װעט האָבן אַ זון אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער, װאָס הערט ניט צו דעם קול פֿון זײַן פֿאָטער, און צו דעם קול פֿון זײַן מוטער, און זײ װעלן אים שטראָפֿן, און ער װעט ניט צוהערן צו זיי.