Chavouot: Le BESHT - Rabbi Yisroël Ba’al Shem Tov
שבֿועות: דער בעש"ט - רבי ישׂראל בעל־שם־טובֿ

Le BESHT - Rabbi Yisroël Ba’al Shem Tov
1698 - 1760
דער בעש"ט - רבי ישׂראל בעל־שם־טובֿ
-

Biographie

 

רבי ישׂראל בעל־שם־טובֿ - דער בעש"ט
Le BESHT - Rabbi Yisroël Ba’al Shem Tov
Le fondateur du ‘Hassidisme

ר' ישׂראל בעל־שם־טובֿ איז געבוירן געוואָרן אין אָקופּ אוקראַיִנע.
זײַן טאַטע האָט געהייסן ר' אליעזר און זײַן מאַמע שֹרה. ביידע זענען געווען צדיקים נסתּרים.
ווען ר' ישׂראל איז געווען אַ קליין קינד איז זײַן פֿאָטער געשטאָרבן.
זײַן צוואה איז געווען:
קינד מײַנס!

  1. נישט מורא האָבן פֿון קיינעם, נאָר פֿונעם רבונו־של־עולם.
  2. ליב האָבן אַ ייִדן אין יעדן מצבֿ, מיטן גאַנצן האַרצן.

דער בעשט האָט געוווינט אין אַ סך שטעט און שטעטלעך און געהאַט פֿאַרשידענע פּרנסות: אַ בעלפֿער אין חדר, אַ שמש אין בית־מדרש, אַ מלמד, ריש־דוכנא, שוחט און אַנדערע מלאָכות.
ער האָט חתונה געהאַט מיט חנה די שוועסטער פֿון ר' אַבֿרהם־גרשון קיטעווער ־ דער רבֿ פֿון בראָד.
זיי האָבן געוווינט אין אַ דאָרף, זײַן ווײַב האָט געהאַלטן אַ קרעטשמע, זיי זענען געווען
זייער אָרעם און האָבן געלעבט אין דוחק.
די גאַנצע צײַט האָט ר' ישֹראל געלערנט בסתר. פֿריִער מיט ר' אָדם־בעל־שם און נאָך דעם מיטן נבֿיא אַחיה־השילוני.
ער איז נתגלה געוואָרן אין יאָר תּצ"ד (1734 ) ווען ער איז 36 יאָר אַלט.
ער האָט געוווינט אין מעזבעזש און אַ סך תּלמידי־חכמים, צדיקים און רבנים זענען געוואָרן זײַנע תּלמידים.
ר' יעקבֿ־יוסף פֿון פּאָלנע האָט פֿאַרשריבן זײַנע תּורות און אין ספֿר "שבֿחי־הבעשט" ווערן דערציילט זײַנע נסים און נפֿלאות.
דער בעל־שם־טובֿ איז געווען אַ הייליקער מענטש, ער האָט געגעבן ברכות און סגולות פֿאַר קראַנקע, אָרעמע און פּשוטע ייִדן, מבֿטל געווען עלילות־דם און גזירות.
ער איז געווען דער רבי פֿון אַלע: לומדים און פּשוטע מענטשן. זײַנע פּרינציפּן:
נישט נאָר מיט דאַוונען און לערנען דינט מען גאָט, נאָר מיט אַלץ וואָס מען טוט.
דינען גאָט מיט שֹמחה.
זײַן בחבֿרותא, עסן, זינגען, דערציילן חסידישע־מעשֹיות צוזאַמען.
און דער עיקר "רחמנא ליבא בעי".
זײַן יורש איז געווען דער מעזעריטשער מגיד ר' דובֿ־בער.

ר' ישֹראל איז נפֿטר געוואָרן דעם ערשטן טאָג שבֿועות תּק"כּ (1760).

רבי ישׂראל בעל־שם־טובֿ - דער בעש"ט
Le BESHT - Rabbi Yisroël Ba’al Shem Tov
Le fondateur du ‘Hassidisme


      Extrait d’un discours du Rebbe de Loubavitch :       שׂיחה פֿון רבין: אַהבֿת־ישׂראל

שׂיחה פֿון רבין: אַהבֿת־ישׂראל
Extrait d’un discours du Rebbe de Loubavitch :

דער ערשטער וואָס האָט אַנטפּלעקט די זאַך פֿון חסידות אין וועלט, איז זײַן נאָמען אויך געווען ישׂראל וואָס דאָס איז געווען דער וואָס דערנאָך איז ער באַרימט געוואָרן מיטן נאָמען בעל־שם־טובֿ. האָט ער דערציילט אַז בשעת ער איז געווען אַ קינד פֿון פֿינף יאָר האָט אים זײַן פֿאָטער אָנגעזאָגט אַז:

"ישׂראָליק, דו זאָלסט פֿאַר קיינעם ניט מורא האָבן. מער ניט ווי פֿאַר דעם אייבערשטן אַליין, און דו זאָלסט ליב האָבן אַלע ייִדן, ווער זיי זײַנען און ווי זיי זײַנען, מיטן גאַנצן פֿלאַקער פֿון דײַן האַרצן".

    און דערנאָך, האָט דער בעל־שם־טובֿ געזאָגט, ווען יענער ישׂראל.  אַז מיט די צוויי זאַכן איז ער דורכגעגאַנגען אין זײַן גאַנצן לעבן און אין זײַן הייליקער אַרבעט. אָט דאָס וואָס דער רבי דער שווער האָט דאָס אונדז דערציילט, איז געווען יעדערער פֿון אונדז, און איך בייִחוד. זאָלט וויסן אַז דאָס איז די צוויי זאַכן: ניט מורא האָבן פֿאַר קיין זאַך אַחוץ ווי פֿאַר דעם אייבערשטן. און ליב האָבן אַלע ייִדן, וואָס דאָס דאַרפֿן לײַכטן אײַך אין אײַער וועג, אין די זאַכן וואָס איר טוט.

שׂיחה פֿון רבין: אַהבֿת־ישׂראל
Extrait d’un discours du Rebbe de Loubavitch :       

מקוה פֿון בעש"ט אין מעזשבעזש
Le mikvé du Becht à Medzhybizh

מקוה פֿון בעשט אין מעזשבעזש

דאָס שטיבל פֿון בעש"ט אין מעזשבעזש
La maison de prière du Becht à Medzhybizh

דאָס שטיבל פֿון בעשט אין מעזשבעזש

דאָס שטיבל פֿון בעש"ט אין מעזשבעזש
La maison de prière du Becht à Medzhybizh

דאָס שטיבל פֿון בעשט אין מעזשבעזש

זײַן חתימה
Sa signature

זײַן חתימה