רבי חיים אַבּולעפיאַ איז געבוירן געוואָרן אין חבֿרון אין יאָר ה'תּ"כּ. ער געהערט צו אַ חשובֿער ספֿרדישער משפּחה פֿון די פֿאַרשיקטע פֿון שפּאַניע. ער האָט געלערנט אין ירושלים בײַ רבי שלמה אַלגאַזי.
רבֿ צו ערשט אין סמירנער ישיבֿה און דאָרטן אויסגעלערנט אַ סך תלמידים, האָט ער אויך דאָרטן מחבר געווען זײַנע שפּעטערדיקע באַרימטע ספֿרים.
אין יאָר 1740- תּ'"ק, איז ער אײַנגעלאַדן געװאָרן אַלס רבֿ אין ארץ־ישׂראל אין דער שטאָט טבֿריה. רבּי חיים אַבולעפֿיאַ האָט פֿיל מיטגעהאָלפן צו דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן ישובֿ אין טבֿריה. ער האָט געזאַמלט געלט און אויפֿגעשטעלט הײַזער און אַ שול אויפֿן אָרט פֿון דער פֿריִערדיקער צעשטערטער שול, געבויט אַ מקווה, געשאַפֿן קלייטן אין מאַרק און אַפֿילו אַ קעלטער פֿאַר בוימל, ברוקירט די גאַסן און ער איז געווען פֿון די ערשטע, וואָס האָט געקויפֿט פֿעלדער אין דער אומגעגנט פֿון דער שטאָט, כּדי ייִדן זאָלן זיך בּאַשעפֿטיקן מיט ערד־אַרבעט.
רבי חיים אַבולאַפֿיאַ איז נפֿטר געוואָרן אין יאָר 1744- תּק''ר. זײַן ציון איז אין טבֿריה.
צוויי יאָר נאָך דעם ווי רב חיים איז געווען אַ רבֿ אין טבֿריה, האָט אויסגעבראָכן אַ מלחמה צווישן דעם מושל שייח פֿון טבֿריה און דעם פּחה פֿון דמשׂק וואָס איז אַרויס פֿון דמשׂק מיט אַ גרויסן פּאָלק (פלוגה) חרובֿ צו מאַכן דעם מויער פֿון שטאָט טבֿבֿריה.
ווען די ידיעה איז אָנגעקומען רב חיימען, האָט ער צוזאַמענגערופֿן די ייִדן פֿון זײַן קהילה. און ער האָט זיך געראַנגלט מיט זיי צי פֿאַרלאָזן די שטאָט אָדער נישט ווײַל רב חיים האָט באַנײַט די שטאָט און אויפֿגעבויט די שול מיט פֿיל מי און געלט. דערווײַל איז אָנגעקומען דער פּחה פֿון דמשׂק און ער האָט באַלאַגערט די שטאָט פֿינף און אַכציק טעג. אָבער מיט ניסי־ניסים איז קיין שאָדן נישט געשען, און קיין ייִד איז נישט געשעדיקט געוואָרן.
ווען די שיסערס האָבן אַרײַנגעשאָסן אין שטאָט איז רבי חיים געשטאַנען מיט זײַן שטעקן אין האַנט וואָס אויף אים זענען געווען אויפֿגעשריבן די הייליקע שמות און געוויזן די באָמבעס זאָלן אַרײַנגפֿאַלן אין ים. "אַ שטעקן אין האַנט און גאָט אין האַרצן".
ער האָט געשטאַרקט די ייִדן מיט אמונה און ביטחון און געפֿאָדערט זיי זאָלן נישט פֿאַרלאָזן די שטאָט און צוגעזאָגט אַז קיינער פֿון זיי וועט נישט געשעדיקט ווערן.
אַלע האָבן אים געפֿאָלגט און זענען געבליבן שטאָט טבֿריה. ווען דער פּחה האָט געזען אַז ער קען די שטאָט נישט אײַננעמען, האָט ער אין טאָג ד' כּיסלו, תּק"ג, אויפֿגעהערט צו באַלאַגערן די שטאָט און אַוועק צוריק קיין דמשׂק.
אַ פּאָר חדשים שפּעטער איז ער ווידער צוריק קיין ארץ־ישׂראל און נאָך אַ מאָל באַלאַגערט די שטאָט טבֿריה. רב חיים האָט געשטאַרקט און געמוטיקט די ייִדן מיטן פּסוק:
"כי יהוה אלהיכם ההלך עמכם להלחם לכם עם אויביכם להושיע אתכם" (דב' כּ, ד).
און אַ פּאָר טאָג שפּעטער האָט דער פּחה געפּגרט.
כ"ד כּיסלו און ז' אלול זענען באַשטימט געוואָרן ווי פּורים של טבֿריה.