Roch Hachana: La Rabbanit Devorah-Léa
ראָש־השנה: די רביצין דבֿורה־לאה

La Rabbanit Devorah-Léa
1766 - 1792
די רביצין דבֿורה־לאה
-

תּולדות־אָדם

 

דבֿורה־לאה אַלטשולער
Devorah-Léa Altschuler

דבֿורה־לאה (די טאָכטער פֿון דעם אַלטן רבי ־רבי שניאור־זלמן פֿון לאַדי ־ „דער ליטוואַק“).
די רביצין דבֿורה־לאה אַלטשולער איז געווען די צווייטע טאָכטער פֿון דעם אַלטן רבי, און די מאַמע פֿון רבי מנחם־מענדל שניאורסאָהן.
זי איז געבוירן געוואָרן אין וויטעבסק אין יאָר תּקכּ״ו, צו איר טאַטן - רבי שניאור־זלמן און איר מאַמע די רביצין שטערנע.
אין יאָר תּקמ״ח האָט זי חתונה געהאַט מיטן רב שלום־שכנא אַלטדשולער, און צוויי יאָר שפּעטער איז געבוירן געוואָרן זייער איינציקער זון - דער רבי מנחם־מענדל שניאורסאָהן.


אין יאָר תּקנ״ב איז אויפֿגעקומען אַ גרויסן קיטרוג קעגן דעם אַלטן רבי און זײַן לימוד אויבן אין הימל. דערפֿאַר האָט ער געשיקט ספּעציעלע שליחים צום ציון פֿונעם בעש״ט און פֿונעם מעזריטשער מגיד. און אויך געשיקט צו רב נחום טשערנאָבילער, מיט אַ קווויטל. נאָך דעם זיך פֿאַרשפּאַרט אין זײַן חדר־מיוחד, קיינעם נישט אַרײַנגעלאָזט און זיך פֿאַרטיפֿט אין דאַוונען, ער האָט אָבער געפֿילט אַז אַלע זײַנע פּרוּוון וועלן נישט העלפֿן.

מוצאי־שבת, נאָך די ערשטע סליחות, סוף יאָר תּקנ״ב, האָט גערופֿן דער אַלטער רבי צו זיך אַ פּאָר פֿון די אַלטע תּלמידים און זיי דערציילט וועגן דעם שווערן קיטרוג אין הימל, און אַז ער מיינט אַז דעם קומענדיקן ראָש־השנה- תּקנ״ג - וועלן די קעגנערס אַריבערפֿירן דעם קאַמף קעגן חסידות אויף אים. דער רבי האָט געבעטן פֿון זיי אויפֿוועקן רחמנות און אויך העלפֿן זײַן זון, דער מיטעלער רבי, מיטן אָנפֿירן די חסידים און די חסידישע עניינים.
ווען דבֿורה־לאה האָט דערהערט וואָס איר טאַטע האָט געזאָגט צו זײַנע תּלמידים, האָט זי באַשלאָסן זיך אויסצובײַטן מיט איר טאַטנס גורל, און געטראַכט ווי עס אויספֿירן.


ערבֿ־ראָש־השנה, נאָך מנחה, איז אַרײַן די רביצין דבֿורה־לאה אין בית־מדרש פֿונעם קליינעם מנין, וווּ עס זײַנען געווען דעם רביס בני־בית און יחידי־סגולה וואָס האָבן געהאַלטן אין איין זאָגן תּהלים.
די רביצין דבֿורה־לאה איז צוגעגאַנגען צום ארון־קודש, געעפֿנט די טירן און אָנגעזאָגט: „אַלע צוקוקערס, איר זײַט עדות אַז פֿאַר מיר זײַנען הייליקע ספֿרי־תּורה, און איך נעם אָן אויף זיך מיט אַ קלאָרן קאָפּ און אַ שבֿועה, אַז איך דבֿורה־לאה בת שטערנע פֿאַרטרעט מײַן טאַטן רבי שניאור־זלמן בן רבֿקה, ער זאָל בלײַבן לעבן“.

ערבֿ־ראָש־השנה נאָך מנחה האָט אַוועקגעשטעלט די רביצין אַ בית־דין פֿון דרײַ חסידים און אָנגעזאָגט אַז זיי זײַנען עדות אַז זי נעמט אָן אויף זיך אַליין מיט אַ קלאָרן קאָפּ און אַ שבֿועה אַז זי פֿאַרטרעט איר טאַטן בכדי ער זאָל בלײַבן לעבן.
דעם אָוונט פֿון ראָש־השנה נאָך דער תּפֿילה איז אַרויס דער אַלטער רבי און געפֿרעגט וווּ איז דבֿורה־ לאה. ווען ער האָט זי דערזען האָט ער אָנגעהויבן איר צו אָנווינטשן „לשנה..“ ער האָט באַוויזן צו זאָגן נאָר דאָס ערשטע וואָרט „לשנה..“, איז זי געשפּרונגען און האָט געזאָגט: „לשנה־ טובֿה, תּכתּבֿ ותּחתּם, טאַטע, רעדט נישט…“ און אים נישט געלאָזט ענדיקן זײַן ברכה.
אויף צומאָרגנס, דעם צווייטן טאָג ראָש־השנה, האָט דער אַלטער רבי געזאָגט חסידות ביז הבֿדלה. נאָכן דאַוונען האָט ער גערופֿן צו זיך זײַן טאָכטער דבֿורה־לאה און איר מאַן רב שלום־שכנא אין זײַן צימער אַרײַן.

דעם צווייטן טאָג ראֳש־השנה איז די רביצין דבֿורה־לאה קראַנק געוואָרן, און אויף צומאָרגנס צום־גדליה, ג׳ תּשרי תּקנ״ג, איז זי נפֿטר געוואָרן מיט אַ קלאָרן קאָפּ ביז דער לעצטער מינוט, און געברענגט צו קבֿורה אין דעם בית־עולם אין ליאַזנע.
איר לעצטע בקשה פֿון איר טאַטן איז געווען ער זאָל דערציִען איר איינציקן זון ־ וועלכער איז שפּעטער געוואָרן דער רבי מנחם־מענדל שניאורסאָהן ־ הצמח-צדק.

דבֿורה־לאה אַלטשולער
Devorah-Léa Altschuler

בקרוב קובץ אודיו...