חנוכה: רב חיים לייב הלוי שמואלביץ
חנוכּה: רבֿ חיים־לייב הלוי שמואלעוויטש

רב חיים לייב הלוי שמואלביץ
1902 - 1979
רבֿ חיים־לייב הלוי שמואלעוויטש
-

תּולדות־אָדם

 

רבֿ חיים־לייב־הלוי שמואלעוויטש
רב חיים לייב הלוי שמואלביץ

ער ווערט אויך גערופֿן ר' חיים סטוטשינער, די שטאָט וווּ ער איז אױפֿגעוואַקסן. 

זײַן פֿאָטער רב רפֿאל־אַלטער איז געווען אַ רבֿ אין דער נאָוואַרדאָקער ישיבֿה

און אויכעט דער ראָש־ישיבֿה אין סטוטשין פּוילן.

רב שמעון שקאָפּ האָט געהאַט אַ גרויסן אײַנפֿלוס אױף זײַן שיטה אין לימוד

און שפּעטער אים באַשטימט ווי אַ ר״מ אין דער ישיבֿה־קטנה.

אין יאָר תּרצ״ה 1935 איז ער אַריבער לערנען אין דער מירער־ישיבֿה,

וווּ ער איז באַוווּסט געוואָרן ווי "דער עילוי פֿון סטוטשין"

זײַנער אַ חבֿרותא האָט אויף אים געזאָגט:

צווישן איין לעפֿל זופּ און דעם צווייטן האָט ער געשמועסט נאָר וועגן תּורה.

ער האָט חתונה געהאַט מיט חנה־מרימען,

די טאָכטער פֿונעם ראָש־ישיבֿה - רבֿ אליעזר־יהודה פֿינקל. 

ווינטער תּרצ"ו איז ער געוואָרן דער ראָש־ישיבֿה און אָנגעהויבן איבערגעבן שיעורים.

בײַם אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה

איז די ישיבֿה אַריבער פֿון מיר קיין ווילנע און נאָך דעם קיין קיידאַן.

די ישיבֿה־בחורים האָבן באַקומען וויזעס קיין יאַַפּאַן

מיט דער הילף פֿון דעם יאַפּאַנישן קאָנסול סוגיהאַראַ.

אָט זײַנען זײ אריבערגעפֿאָרן קיין שאַנכײַ. 

ר' חיים און ר' יחזקאל לעווינשטיין האָבן אָנגעפֿירט מיטן טאָג טעגלעכן לעבן פֿון דער ישיבֿה

און די פֿינאַנציעלע ענינים פֿון אַלע ישיבֿות, וואָס זײַנען אָנגעקומען קיין שאַנכײַ:

די ליובאַוויטשער, די קעלצער און די קאַמעניצער ישיבֿות.

אין שאַנכײַ זײַנען זיי געבליבן פֿינף און אַ האַלב יאָר.

אין יאָר תּש"ז איז די ישיבֿה אַריבער קיין אַמעריקע,

און נאָך דעם איז רב חיים עולה געווען קיין ארץ־ישׁראל. נאָך זײַן שווערס פּטירה,

האָט ער אָנגענומען די הנהגה פֿון דער ישיבֿה

און נאָך זײַן שוואָגערס פּטירה אָנגעהויבן צו איבערגעבן מוסר־שמועסן.

געווען אַ ריזיקער בקי אין גאַנצן ש"ס ירושלמי, בבֿלי און אַפֿילו געקענט די חילופֿי־גרסאות.

ער פֿלעגט זאָגן: 

איבערחזרן איז אַ פֿרישער לימוד.

זײַ אַ בריה, מאַך אַ נײַעם דערהער!

דער חידוש קומט מיר אָן מיטן טויט.

וויסן ש"ס דאַרפֿסטו? קרענקען אויפֿן ש"ס דאַרפֿסטו.

אַז מע שטורעמט אין לערנען - לערנט זיך, אַז מע זיצט שטיל - שלאָפֿט זיך.

אין זײַנע לעקציעס האָט ער צונויפֿגעשטעלט אַ בנין, אַ צוזאַמענשמעלץ פֿון דער שיטה פֿון זײַן רבֿ,

ר' שמעון שקאָפּ, מיט זײַנע טאַלענטן און אייגענעם געדאַנק. מוח און האַרץ בפּונדק אחד.

ער האָט פֿאַרשריבן אַלע זײַנע חידושים איבערלאָזנדיק טויזנטער זײַטן איבערן גאַנצן ש"ס.

רב חיים־לייב איז נפֿטר געוואָרן ג' טבֿת תּשל"ט.

ספֿרים פֿון  רב חיים רעדאַקטירט דורך זײַן משפּחה און תּלמידים:

  • שערי־חיים - שיעורים אויפֿן ש"ס.
  • מים־חיים - אויף די מסכתּות מקוואות, מכשירין און ידיִים.
  • שׂיחות־מוסר - מוסר־שמועסן וואָס דער רבֿ האָט איבערגעגעבן אין דער מירער ישיבֿה.
רב חיים לייב הלוי שמואלעוויטש
הרב חיים לייב הלוי שמואלביץ

 

שאַנכײַס געטאָ

שאַנכײַס געטאָ

די מירער ישיבֿה אין שאַנכײַ

די מירער ישיבֿה אין שאַנכײַ