Hanoucca: Jeux et passe-temps (chez les Hassidim) - חנוכּה: שפּילן בײַ חסידים

דאַמקע־שפּיל

אין איינעם פֿון די חנוכּה טעג, איז פּלוצעם אַרײַן דער צדיק רב נחמן שטעפֿענעשטער, דער זון פֿון דעם רוזשינער צדיק, אין בית־מדרש. ער האָט געזען אַז חסידים זיצן און שפּילן אין דאַמקע, ווי דער מנהג איז אום חנוכּה. ווען די חסידים האָבן באַמערקט אַז זייער רבי שטייט איבער זיי און קוקט, האָבן זיי זיך זייער דערשראָקן. דער רבי האָט זיי געפֿרעגט: צי קענט איר די כּללים פֿון דער שפּיל? האָבן זיי געשוויגן. האָט דער רבי זיי געזאָגט: איך וועל אײַך דערקלערן די כּללים:

  1. מע גיט איינס, כּדי צו נעמען צוויי.
  2. צוויי טריט מיט איין מאָל טאָר מען נישט גיין. מע גייט נאָר אַרויף און נישט אַראָפּ.
  3. און אַז מע קומט אָן אויבן, קען מען גיין וווּהין מען וויל.
שפּילן אין קאָרטן

שפּילן חנוכּה אין קאָרטן איז שוין אַן אַלטער מנהג, אײַנגעפֿירט נאָך פֿון די פֿריִערדיקע דורות. הגם דורכן גאַנצן יאָר איז דאָס געווען שטענדיק פֿאַרבאָטן, אָבער חנוכּה האָט מען אַוועקגעקוקט און זיך מתּיר געווען. בחורים און יונגע־לײַט, וואָס האָבן געוואָלט האָבן דעם גאַנצן עולם־הזה, האָבן פּשוט געשפּילט אין געוויינטלעכע קאָרטן. חסידישע ייִדן האָבן די דאָזיקע קאָרטן גאָר נישט שטאַרק גורס געווען. זיי האָבן געהאַלטן אַז דאָס איז מעשׂה־שׂטן. זיי האָבן אויך אָנגעוויזן אַז דאָס וואָרט „קאָרטן“ באַטרעפֿט פּונקט אַזוי פֿיל ווי דער נאָמען פֿונעם גרויסן מחבל, דעם שׂטן (359), וואָס אַ ייִד וויל אַפֿילו נישט ברענגען איבערן מויל.

שאָך

אין אַ סך חסידישע הויפֿן פֿלעגט מען אום חנוכּה שפּילן שאָך. דער צדיק, דער רבי ר׳ בונעם, גרינדער פֿון פּשיסכער חסידות, האָט געהאַט אַ מנהג יעדן חנוכּה צו שפּילן אין שאָך. אַפֿילו אין זײַנע שפּעטערע יאָרן, ווען ער איז שוין געווען אַ סגי־נהור, אין גאַנצן בלינד, האָט ער דעם אַלטן „מנהג־ ישׂראל“ נאָך אַלץ נישט אויפֿגעגעבן. אַלטע חסידים פֿלעגן אויך פֿון אים איבערגעבן אַ מאמר זײַנעם, וואָס ער האָט אַלע מאָל איבערגעחזרט, „אַז מע גייט אַ גאַנג — זאָל מען זען ס'זאָל נישט טאָן באַנג.“