Hanoucca: Latkess - חנוכּה: לאַטקעס

Laissez vous tenter par une autre recette!
4 Personnes
4 מענטשן
Facile
גרינג
30 minutes
30 מינוט

Ustensiles

געשיר

  • אַ גלאָז
  • אַ לעפֿל
  • אַ פֿאַן
  • אַ שיסל
  • אַ ריבאײַזן

Ingrédients

פּראָדוקטן

  • פֿיר אייער
  • צוויי קאַרטאָפֿל
  • צוויי מערן
  • איין ציבעלע
  • אַ האַלב גלאָז מעל
  • אַ קוואָרט זאַלץ און פֿעפֿער
  • אַ לעפֿל בוימל

Préparation

דער גאַנג

  • צערײַבן אַלע גרינס מיט אַ ריבאײַזן אין אַ שיסל
  • אויסקוועטשן דאָס וואַסער פֿון דער מישונג
  • צוגעבן אייער, מעל, געווירצן
  • גוט אויסמישן 
  • אָנוואַרעמען בוימל אין פֿאַן און מאַכן קליינע רונדלעך
  • איבערקערן די לאַטקעס ביז עס ווערט ברוינלעך
  • אויסטריקענען אויף פּאַפּירענע סערוועטקעס

Tradition

מנהגים

פֿאַר וואָס עסן מיר חנוכּה לאַטקעס?

דער מנהג איז צו עסן חנוכּה געפּרעגלטע מאכלים. לאַטקס דערמאָנען דעם נס וואָס איז געשען מיטן פֿאַרזיגלטן קריגל מיט ריין בוימל.

נאָך דער באַפֿרײַיונג פֿון גריכישן דינסט האָט זיך אין בית-המקדש געפֿונען נאָר איין קריגל מיט ריין בוימל צו אָנצינדן די מנורה.

אַ קלײן קריגל מיט בוימל וואָס האָט פֿאַרמאָגט בוימל די מאָס גענוג פֿאַר איין טאָג, האָט געברענט אין משך פֿון אַכט טעג.