חנוכה: סופגניות חלביות - חנוכּה: מילכיקע פּאָנטשקעס

30 מנות
30 מענטשן
קל
גרינג
60 דקות
60 מינוט

כלי מטבח

געשיר

  • צוויי גלעזער
  • איין לעפֿל
  • אַ שיסל
  • אַ האַנטעך

מצרכים

פּראָדוקטן

  • צוויי לעפֿל צוקער
  • צוויי מיט אַ האַלבן גלעזער מעל מיט באַקפּודער
  • צוויי אייער
  • צוויי גלעזער זויערמילך
  • צוקער־פּודער צו באַשיטן די פּאָנטשקעס
  • איין ליטער בוימל (צו פּרעגלען)

אופן הכנה

דער גאַנג

  • אױסמישן דעם צוקער, מעל, אײער און די זױערמילך צוזאַמען.
  • אַרײַנלייגן אין אַ טאָפּ מיט הייסן בוימל און פּרעגלען פֿון ביידע זײַטן, (די פּאָנטשקע דרייט זיך איבער אַז איין זײַט איז שוין גרייט).
  • פּרעגלען ביז עס װערט ברױנלעך.
  • באַשיטן מיט צוקער־פּודער.

מיט אַ גוטן אַפּעטיט!

מסורת

מנהגים

נישט פֿאַרגעסן!

די פֿאַר־ברכה איז "בורא מיני מזונות".

אַז מען עסט אַ כּזית (דרײַסיק גראַם) איז די נאָך־ברכה "על המחיה".

(קיצור־שולחן־ערוך - עבֿרי־טײַטש)