Hanoucca: Voilà, c’est Hanoucca! - חנוכּה:אָט דאָס איז חנוכּה

Rav Chaim Leib Halevi Shmuelevitz
1902 - 1979
רבֿ חיים־לייב־הלוי שמואלעוויטש
-
!אָט דאָס איז חנוכּה

אַ מאמר פֿון רבֿ חיים שמואלעוויטש אויף חנוכּה

- אָט דאָס איז חנוכּה! דער ראָש־ישיבֿה רבֿ חיים־לייב־הלוי שמואלביץ ז"ל האָט געגעבן צו פֿאַרשטיין, בדרך צחות, דעם טיפֿן זינען פֿונעם אויסדרוק: זאת חנוכּה - אָט דאָס איז חנוכּה.

אמנם, דער טאָג ווערט פּונקט אָנגערופֿן נאָך דער קריאת־התּורה פֿון אַכטן טאָג אין פּרשת הקרבֿת־הנשׂיאים: זאת חנוכּת המזבח, האָבן אָבער די דורשי־רשומות געפֿונען אין דעם אַ פֿאַרבאָרגענעם טעם.

די טעג פֿון חנוכּה, זענען לויטן דין די פּאַסיקע צײַט צו שטײַגן מיט פֿלײסיקייט אין לימוד־התּורה.

למעשׂה קומט אויס פּונקט פֿאַרקערט.

קומט צו דעם צו, אַז חנוכּה איז אונטערן סימן פֿון מהדרין־מן־המהדרין און אַז מע איז מהדרין, זאָל עס שוין זײַן מיטן גאַנצן קנאַק.

אַכט טעג כּסדר עסן געבאַקענע פּאָנטשקעס, מילכיקע געפּרעגלטע לאַטקעס במקום ההדלקה, און ווער רעדט פֿון שפּילן אין דריידל מיט אַלע כּוונות, באַזוכן זיידע־באָבע און נאָך קרובֿים צו באַקומען פֿון אַלע זײַטן חנוכּה־געלט. און נאָך פֿיל הכנות און הידורים.

לאָזט זיך פֿון דעם אַלעמען אויס אַז דאָס שטײַגן אינעם לימוד־התּורה ווערט שטאַרק געשעדיקט.

לאָזט זיך פֿון דעם אַלעמען אויס אַז דאָס שטײַגן אינעם לימוד־התּורה ווערט שטאַרק געשעדיקט.

דאַקעגן, ווערט דאָך דאָס אַכטע ליכטל אָנגעצונדן אין אָוונט, איז צומאָרגנס, דער גאַנצער אַכטער טאָג רגיל לכל ענייניו, אַ געוויינטלעכער טאָג, שוין פֿרײַ פֿון אַלע אַנדערע געשעפֿטן.

קומט אויס אַז "אָט דאָס איז חנוכּה" אין זײַן אמתן טיפֿן זינען: די פּאַסיקע צײַט צו שטײַגן מיט פֿלײַסיקייט אין לימוד־התּורה.