Chavouot: Shiv’hei-haBesht - שבֿועות: שבֿחי־הבעש"ט

Auteur: Dov-Ber ben Shmuel de Linitz (Illinstsi)
Lieu: Kopys (Kapuste)
Date: 1814
מחבר: ר' דבֿ־בער ב"ר שמואל, השו"ב פֿון לינץ
אָרט: קאָפּוסט
דאַטע:
icone-musique שבֿחי־הבעש"ט
Shiv’hei-haBesht

lien
Cliquez sur l'un de ces liens pour lire en ligne, télécharger ou imprimer ce livre:

Shiv’hei-haBesht - שבֿחי־הבעש"ט

Ancienne édition
Edition digitale
Edition yiddish

שבֿחי־הבעש"ט
Shiv’hei-haBesht

דער ספֿר שבֿחי־הבעש"ט איז אַ זאַמלונג פֿון מעשׂיות וועגן דעם בעל־שם־טובֿ, צונויפֿגעזאַמלט פֿון מינדלעכע מסורות וואָס זענען איבערגעגעבן געוואָרן פֿון זײַנע מקורובֿים.

אין משך פֿון צוויי דורות זענען זיי לכתחילה פֿאַרשפּרייט געוואָרן בעל־פּה און שפּעטער דערשינען אין שריפֿט, אין פֿאַרשיידענע קאָפּיעס, ביז מען האָט זיי צונויפֿגעזאַמלט און אָפּגעדרוקט אין יאָר תּקע"ה (1815), אין קאָפּוסט און די צווייטע אויפֿלאַגע אין בערדיטשעוו אין זעלביקן יאָר.

דער בעשט - ר' ישׂראל בן אליעזר איז געווען דער גרינדער פֿון חסידות.

דאָס בוך דערציילט וווּנדערלעכע מעשׂיות, מופֿתים, די גדולה און קדושה פֿון דעם צדיק.

אין דעם בוך זענען דאָ די וויכטיקע פּרקים פֿון זײַן לעבן. עס ווערט דערציילט אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל אָקופּ און אַז זײַן פֿאָטער האָט געהייסן אליעזר.

דאָס זעלבע יאָר איז דער ספֿר געוואָרן איבערגעזעצט אויף ייִדיש. און ווידער איבערגעדרוקט אין תּקע"ו  (1816) און תּקע"ז (1817).