Le 9 Av: Tzena Urena - תּשעה־באָבֿ: צאינה־וראינה

Auteur: Jacob ben Isaac Ashkenazi (1550–1625) Janów Lubelski
Lieu: Hanau
Date: 1622
מחבר: ר' יעקבֿ בן יצחק אַשכּנזי פֿון יאַנעוו
אָרט: האַנאַו
דאַטע:
צאינה־וראינה
Tzena Urena

צאינה וראינה, איז גערופֿן געוואָרן נאָכן פּסוק אין שיר־השירים (ג’ יא’) “צאינה וראינה בנות ציון...”.

דער מחבר הייסט רבי יעקבֿ בן יצחק אַשכּנזי פֿון יאָנעוו \ יאַנאָוו.

דאָס זענען דרשות אויף דער פּרשה פֿון דער וואָך, מיט די הפֿטורות און די מגילות.

געשריבן געוואָרן סוף 16טן יאָרהונדערט פֿאַר פֿרויען. צוליב דעם איז די שפּראַך אַ קלאָרע און אַ פּשוטע, אילוסטרירט מיט משלים, מדרשים און מוסר. עס איז קלאָר אַז ר' בחיי פּירוש אויף דער תּורה האָט געדינט ווי דער הויפּט מקור.

דער ספֿר צאינה־וראינה האָט שטאַרק אויסגענומען און נישט נאָר בײַ פֿרויען.

מיט דער צאינה־וראינה, פֿלעגן ווײַבער, שבת, צווישן מנחה־מעריבֿ, מיטלעבן די געשעענישן פֿון דער וואָכעדיקער סדרה.

דער ספֿר צאינה־וראינה האָט זוכה געווען צו אַן אויסערגעוויינלעכע פֿאַרשפּרייטונג, ווי עס ווײַזט זיך אויס איז עס געשאַפֿן געוואָרן אין זעכצנטן יאָרהונדערט אָבער די עלטסטע אויסגאַבע פֿון ספֿר וואָס איז אונדז דערגאַנגען איז פֿון השפּ"ב 1622.

ס'איז געווען אַן אײַנגעוואָרצלט מינהג אַז תּישעה־באָבֿ מינחה־צײַט פֿלעגן ווײַבער לייענען צוזאַמען פֿון דער צאינה־וראינה, און דער מינהג האָט זיך אָפּגעהאַלטן ביז הײַנט צו טאָג.

lien
Cliquez sur l'un de ces liens pour lire en ligne, télécharger ou imprimer ce livre:

Tzena Urena

Édition digitale

צאינה־וראינה, מגילת איכה
אַן אויסקלײַב פֿון פּסוקים
Traduction du Livre des Lamentations
Une sélection de versets

פּרק א'
„אֵיכָה יָשְׁבָה בָדָד הָעִיר רַבָּתִי עָם הָיְתָה כְּאַלְמָנָה”
ווי אַזוי איז געבליבן זיצן די שטאָט ירושלים אַליין אָן פֿאָלק וואָס אין איר איז געווען פֿיל פֿאָלק. זי איז געוואָרן גלײַך ווי איין אַלמנה חיה, וואָס איר מאַן איז ווײַט אַוועקגעגאַנגען איבער דעם ים, אָבער זײַן דעה איז זיך אומצוקערן צו איר. דרום זאָגט דער פּסוק: „הָיְתָה כְּאַלְמָנָה” זי איז געווען גלײַך ווי איין אַלמנה אָבער ניט קיין רעכטע אַלְמָנָה, דען גאָט וועט זיך אומקערן קיין ירושלים מיט די יִשׂראל.
„בָּכוֹ תִבְכֶּה בַּלַיְלָה”
זי טוט וויינען בײַ נאַכט ווײַל דאָס בית־המקדש איז בײַ נאַכט חרובֿ געוואָרן. נאָך איין פּשט איז, ווײַל די ישׂראל האָבן בײַ נאַכט געוויינט בײַ די מרגלים נײַן טאָג אין אָבֿ, דרום מוזן די ישׂראל אַלע יאָר וויינען נײַן טאָג אין אָבֿ אויף חורבן בית־המקדש. נאָך אַ פּשט איז, ווען מען וויינט בײַ נאַכט, הערט מען דאָס קול זייער ווײַט און די וואָס הערן עס וויינען אויך מיט אים. נאָך אַ פּשט איז, ווײַל ער האָט געגליכן די שטאָט צו איין אַלמנה, וואָס זי וויינט בײַ נאַכט, דען בײַ טאָג קאָן זי אירע צרות פֿאַרגעסן ווען זי טוט רעדן מיט אירע חבֿרטעס, אָבער בײַ נאַכט האָט זי ניט קיין חבֿרטעס מיט זיך, טוט זי זיך דערמאַנען אין איר מאַן און וויינט. דרום זאָגט ער: די שטאָט ירושלים טוט וויינען בײַ נאַכט אַזוי ווי איין אַלמנה.

פּרק ג'
„יֵשֵׁב בָּדָד וְיִדוֹם”
עס קומט איין אַבֿילות צו איין מענטשן זאָל ער זיצן אַליין און זאָל וואַרטן און האָפֿן צו דער טובֿה ווײַל גאָט האָט אַלץ געבאָטן אויף דעם מענטשן.
„יִתֵּן בֶּעָפָר פִּיהוּ”
ער זאָל געבן אין אַש זײַן מויל, טאָמער וועט זײַן אַ האָפֿענונג.
„יִתֵּן”
ער זאָל געבן זײַן באַק צו דעם וואָס שלאָגט אים און זאָל זיך אָנזעטן מיט חרפּה.
„כִּי לׂא יִזְנַח”
דען גאָט וועט ניט פֿאַרלאָזן אויף אייביק, דרום איז גוט צו פֿאַרזיכערן זיך אין אים.
„כִּי אִם הוֹגָה”
ווען דער מענטש ברענגט אויף זיך טרויערקייט פֿון וועגן זײַנע עבֿירות. פֿון דעסט וועגן טוט זיך גאָט אויף אים דערבאַרעמען מיט זײַנע גרויסע חסדים.
„כִּי לׂא עִנָה מִלִבּוֹ”
דען גאָט פּײַניקט ניט דעם מענטשן פֿון זײַן ווילן, נאָר די עבֿירות מאַכן דאָס אַלץ.

פּרק ה'
„אַתָּה יי לְעוֹלָם תֵּשֵׁבֿ”
דו גאָט זיצט ביז אייביק און דײַן שטול איז ביז אייביק און דו האָסט דאָך געשוווירן צו אונדז דאָס דו וועסט אונדז ניט פֿאַרלאָזן און אַזוי ווי דו ביסט אייביק אַזוי איז דײַן שבֿועה ביז אייביק.
„הֲשִׁבֵנוּ”
דרום מאַך אונדז אומקערן, דו גאָט, צו דיר, אַזוי וועלן מיר תּשובֿה טאָן. באַנײַ אונדזערע טעג אַזוי ווי פֿריִער.
„כִּי אִם”
דען דו האָסט אונדז זייער פֿאַרמיאוסט דו האָסט אויף אונדז זייער געצערנט.
„הֲשִׁבֵנוּ יי אֵלֶיךָ”
מאַך אונדז גאָט אומקערן צו דיר, אַזוי וועלן מיר תּשובֿה טאָן. באַנײַ אונדזערע טעג אַזוי ווי פֿריִער. דעם פּסוק זאָגן מיר צוויי מאָל, כּדי מען זאָל אויסלאָזן מיט גוטע רייד: