דאָס זענען תּפֿילות פֿאַרפֿאַסט אויף ייִדיש בעיקר פֿאַר ווײַבער.
יעדער תּחינה הייבט זיך אָן מיט אַן אונטערקעפּל, "איין גאָר שיינע תּחינה..." , "אַ שיינע תּחינה צו זאָגן אויף שבת מיט גרויס התלהבות...". עטלעכע תּחינות ווערן געזאָגט אין שול "בײַ שופֿר בלאָון אויף ראָש־השנה, זאָגן דאָס...", רוב תּחינות דריקן אויס די שוועריקייטן פֿון טאָגטעגלעכן לעבן אָבער אויך רוחניותדיקע ענינים, אַ טיפֿע האָפֿענונג צו גאולה און אַ סוף צו דעם גלות.
די תּחינות ווערן געדרוקט צו ערשט אין מערבֿ־אייראָפּע אין 17טן און 18טן י.ה. און שפּעטער אין מזרח־אייראָפּע. צווישן די מחברים געווען אויך פֿרויען (רבֿקה בת מאיר טיקטינער).
די שפּראַך פֿון די תּחינות האָט איר אייגענעם סטיל און ווערט גערופֿן "תּחינה־לשון".
די ערשטע זאַמלונג (מיט 36 תּפֿילות) "תּחינות" איז אַרויס אין אַמסטערדאַם אין יאָר 1648; און אַ פֿולשטענדיקע זאַמלונג מיט 123 תּפֿילות, מיטן נאָמען סדר תּחינות ובקשות. איז אַרויס אין יאָר 1762, כּסדר איבערגעדרוקט אין די קומעדיקע 150 יאָר.
די תּחינות שילדערן די זאָרגן, די באַשעפֿטיקונג פֿון אַ ייִדישער טאָכטער און מוטער און גלײַכצײַטיק גײַסטיקע שטרעבונגען, זיי רופֿן צו הילף די מלאכים, די אָבֿות, די אימהות און העלדן פֿון דער ייִדישער געשיכטע.
די תּחינות אַנטדעקן אַ גאַנצע וועלט פֿון פֿרום רעליגיעז לעבן, דאגות, מינהגים און שאיפֿות. ווײַבער און מענער וואָס האָבן פֿאַרפֿאַסט די תּפֿילות האָבן געשטרעבט צו אַן אינטימען פֿאַרבינד מיטן רבונו־של־עולם, אַ העכער גײַסטיק לעבן און אַ כּסדר דראַנג צו גאולה.
Te'hinot ouBaqashot - תחינות ובקשות
רבונו־של־עולם דו ביסט דער הער פֿון דער גאַנצער וועלט דו ווייסט דאָך גוט אַז מיר זענען בלוט און פֿלייש און מיר קענען נישט פֿאַרשטיין דײַנע מצוות וווּ אַהין זיי גייען, דען דו גאָט האָסט אונדז געבאָטן אַז עס וועט קומען ראָש־השנה זאָל מען שופֿר בלאָזן און אונדזערע מעשׂים טובֿים זאָלן פֿאַר דיר דערמאָנט ווערן און דײַנע ליבע קינדער דײַן פֿאָלק ישׂראל האָבן געדאַרפֿט בלאָזן שופֿר פֿון ראָש־חודש אלול כּדי מען זאָל דעם שׂטן צעמישן אַז ער זאָל זיך גערשרעקן ווײַל ווען ער דערהערט דעם שופֿר האָט ער גרויס פֿאָרכט, ער ווײס אַז דײַנע ליבע קינדער ווי זיי דערהערן דעם שופֿר אַזוי טוען זיי תּיכּף תּשובֿה און האָבן גרויס חרטה אויף זייערע זינד ווי עס שטייט געשריבן ווען מען הערט אין שטאָט שופֿר בלאָזן ווערט דעם פֿאָלק דאָס האַרץ דערשראָקן.
דעריבער ליבער גאָט זאָל זײַן דײַן גוטער ווילן מיט דײַן גרויס דערבאַרעמקײַט אַז דאָס קול פֿון שופֿר זאָל גלײַך קומען פֿאַר דיר און צורײַסן אַלע בייזע גזרות פֿון אונדז, און פֿאַרשנײַדן אַלע בייזע מלאכים וואָס מאַכן אַ צווישנשייד צווישן אונדז און צווישן דיר, אונדזער געבעט זאָל נישט קענען אַרויפֿקומען פֿאַר דיר און זאָלסט אָפּטאָן דאָס בייזע גלוסטיקײַט פֿון אונדז אַז מיר זאָלן דערלעבן ווען דו וועסט מיט דעם גרויסן שופֿר בלאָזן אײַנצוזאַמלען אַלע פֿאַרלוירענע און פֿאַרשטויסענע פֿון דײַן פֿאָלק ישׂראל אין ארץ־ישׂראל אַרײַן. און מיר זאָלן זוכה זײַן צו זען דײַן הייליקע שכינה און דו זאָלסט זײַן מײַן העלפֿער און מײַן באַשיצער. ליבער גאָט עס זאָל הײַנט זײַן אַזאַ צײַט פֿאַר דיר צו פֿאַרנעמען אונדזער געבעט און אונדז צוהערן, ווען מיר טוען דיר אָנרופֿן זאָלסטו אונדז ענטפֿערן, ווי דאָס בלאָזן צערײַסט אַלע בייזע גזירות און דו נעמסט די פֿון דער שטול וואָס ער איז נאָר דין און זעצט זיך אויף דער שטול פֿון רחמים אַזוי זאָלסטו זיך איבער מיר מרחם זײַן און זאָלסט אויסהערן אונדזער געבעט און דערלענגער אונדזערע יאָרן אַז מיר זאָלן קענען פֿאַריכטן וואָס מיר האָבן אומרעכט געטאָן קעגן דיר און דערוועק אונדזער האַרץ ווידער צו קערן זיך צו דיר און לערן אונדז ווי מיר זאָלן צעברעכן אונדזער פֿײַנט דעם שׂטן וואָס ער היט אויף אונדז און זאָגט — איך וויל די ישׂראל יאָגן און דערגרייכן.
דעריבער ליבער גאָט זאָלסטו אים מאַכן פֿאַלן פֿון דעם קול שופֿר ער זאָל נישט קענען אויפֿשטיין צו רעדן בייז אויף דײַן פֿאָלק ישׂראל. אין ערשטן קול פֿון דעם שופֿר זאָל דערמאָנט ווערן דער זכות פֿון יעקבֿ אונדזער פֿאָטער, און מיט דעם פֿערטן קול זאָל דערמאָנט ווערן דער זכות פֿון דוד המלך. די פֿיר סדרים וואָס הייסן תּקיעה שבֿרים תּרועה תּקיעה זיי זאָלן אונדזערע עלטערנס זכות אַרויפֿברענגען פֿאַר דיר און דער שׂטן זאָל קיין מאַכט נישט האָבן, אַנשטאָט אים זאָל אַ גוטער מלאך ווערן און ער זאָל אויף אונדז איבער דאַנק גוטס רעדן און זאָלסט טאָן פֿון דײַן נאָמען וועגן און דו זאָלסט אָנשרײַבן צו גוטן אין דעם נײַעם יאָר וואָס קומט אַרויף אונדז און אויף כּל־ישׂראל צו פּרנסה צו ברכה און הצלחה און מיט אונדזערע קינדערלעך מיט גרויס שפֿע אָן מידקײַט און מיט רווח און מיט פֿרייד אַז איך זאָל נישט קומען צו קיין חרפּה און איך זאָל זיצן שטיל אַז איך זאָל קענען דינען דײַן הייליקן נאָמען און זאָל נישט באַדאַרפֿן קיין מענטש גאָב און אונדזערע קינדער זאָלן נישט געמינערט ווערן פֿאַר אונדזער לעבן, און זאָלסט דערווײַטערן פֿון אונדז אַלע טרויערקײַט און זאָלסט אונדז ווײַזן גרויסע פֿרייד און אונדזערע שׂונאים זאָלן אין אונדז קיין נקמה נישט האָבן אַז עס זאָל צווישן אונדז נישט זײַן קיין קריג נאָר ברכה און הצלחה און שלום און איו זכות פֿון שלום זאָלן מיר גיך אויסגעלייזט ווערן, אמן: