Hanoucca: Sefer Yossipon - חנוכּה: ספֿר יוסיפֿון

Retrouvez tous nos livres
Auteur: Joseph ben Gourion
Lieu: Amsterdam
Date: 1744
מחבר: יוסף בן־גוריון הכּהן
אָרט: אַַמסטערדאַם
דאַטע:
icone-musique ספֿר־יוסיפֿון
Le Yossipon

Bientôt le fichier audio...

lien
Cliquez sur l'un de ces liens pour lire en ligne, télécharger ou imprimer ce livre:

Edition Yiddish du Yossipon - יוסיפֿון אויף ייִדיש

Ancienne édition
Edition digitale
Edition yiddish

ספֿר־יוסיפֿון עבֿרי־טײַטש
Le Yossipon dans la langue Ashkénaze

"ספֿר־יוסיפֿון" דערציילט די ייִדישע געשיכטע פֿון ששת־ימי־בראשית ביזן צווייטן חורבן, דער מחבר איז "יוסף בן־גוריון הכּהן". דאָס בוך איז געשריבן געוואָרן אויף לשון־קודש און "יוסיפֿון" איז אַ פֿאַרקירצונג פֿון זײַן נאָמען. דער "ספֿר־יוסיפֿון" איז דערגאַנגען צו אונדז אין צוויי נוסחאות. די ערשטע, אַן עלטערע, האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַבֿרהם כּונתּ אין מאַנטוע (1477) און דער צווייטער וואַריאַנט, דוד בן יחיא אין קאָנסטאַנטינאָפּל (1510) און פֿיל מאָל איבערגעדרוקט געוואָרן.

ס'איז דאָ אַן אַנדער בוך וואָס הײסט "יוסיפֿוס" פֿון יוסף בן מתּתיהו וואָס איז ערשטנס אָנגעשריבן געוואָרן אויף גריכיש.

לױט מאָדערנע פֿאָרשערס איז "יוסיפֿון" געטײַטשט געוואָרן אויף לשון־קודש פֿון די לאַטײַנישע איבערזעצונגען פֿאַר ייִדן אַן ערך אין יאָר ד'תּשי"ג (953) אין דרום איטאַליע.

אָבער לויט דער ייִדישער טראַדיציע זענען די צוויי ביכער פֿאַרפֿאַסט געוואָרן דורך איין און איינציקן מחבר. ער זאָל האָבן אָנגעשריבן אַן איינציקע ייִדישע ווערסיע וואָס זאָל זיך ווענדן צו ייִדן מיט אַ ייִדישער פּניה.

בשעת דאָס בוך "יוסיפֿוס" איז איבערגעזעצט געוואָרן דורך דער קירך אין אַלערליי לשונות, איז דער "ספֿר־יוסיפֿון" פֿאַרשפּרייט געוואָרן דער עיקר אין די ייִדישע קהילות.

חשובֿע מיטלעלטערישע מפֿרשים און פּוסקים האָבן געלערנט און איבערגעשריבן דאָס בוך, און זיי האָבן אים אַפֿילו גענוצט אין זייערע חיבורים ווי רש"י און רבינו גרשום. ווען מע האָט אָנגעהויבן צו דורקן איבערזעצונגען פֿון הײליקע ספֿרים און אַלגעמיינע ביכער אויף ייִדיש, האָט מען אויך געטײַטשט אָט דעם ספֿר.

אַ סך רבנים ווי הרבֿ דוד גאַנדז (אַ תּלמיד פֿון הרמ"א און המהר"ל) און ווי אויך דער חת"ם־סופֿר האָבן באַזינגען דאָס בוך צוליב דעם מחברס פּינקטלעכקייטן און ברייטע ידיעות. דער חת"ם־סופֿר האָט דערמוטיקט ייִדן, זיי זאָלן זיך לערנען דעם ספֿר, מחמת דעם באַפֿעל צו קענען אונדזער געשיכטע, ווי די תּורה האָט אונדז געבאָטן: "שְׁאַל אָבִיךָ וְיַגֵּדְךָ זְקֵנֶיךָ וְיֹאמְרוּ לָךְ".

די מלחמות פֿון די חשמונאים און דער נס פֿון באַנײַען דעם מזבח

אינעם ספֿר־יוסיפֿון ווערן דערצײלט די מלחמות וואָס די חשמונאים האָבן געפֿירט מיט אַנטיוכוסן ביזן באַנײַעם דעם בית־המקדש כּה כּסליו. צום בײַשפּיל, איז אַזױ דערצײלט געװאָרן די מעשׂה װען די חשמונאים זענען אינעם פֿאַרשװעכטן בית־המקדש אַרײַן:

צו לייענען אויף אַלט־ײִדיש זעט- צװײטע אױסגאַבע, פּרק כּ, זײַט לד

כּלל־ײִדיש (מיט ײִװאָס אױסלײג)

און יהודה, מתּתיהוס זון מיט דער גאַנצער געמײנדע חסידים זײַנע, זײַנען געקומען קײן ירושלים.

און זײ האָבן צעבראָכן אַלדי אָפּער־שטולן װאָס די פֿעלקער האָבן געבױט. און זײ האָבן גערײניקט דעם בית־המקדש פֿון די אָפּגעטער פֿון די פֿעלקער.

זײ האָבן אַ נײַעם מזבח געבױט, און זײ האָבן אױף אים אַרױפֿגעשטעלט העלצער און דאָס פֿלײש פֿונעם קרבן.

אָבער דאָס הײליקע פֿײַער האָבן זײ נישט געפֿונען. אַזױ האָבן זײ אָנגעהױבן שרײַען און רופֿן צו גאָט.

אָט איז אַ פֿײַער אַרױסגעגאַנגען פֿון די שטײנער װאָס זענען דאָ געװען אױפֿן מזבח. אָט האָבן זײ געלײגט די העלצער און דעמפֿן זײער שעכטונג.

און דאָס פֿײַער איז געבליבן אױפֿן מזבח ביז דער דריטער פֿאַרטרײַבעניש (דאָס הײסט חורבן בית־שני, װאָס איז געשען נאָכן חורבן בית־ראשון און נאָך דעם װי די יװנים האָבן פֿאַרטריבן די ײִדן).

די ײִדן האָבן געמאַכט חנוכּת־המזבח װאָס הײסט דער איבערבוי פֿונעם מזבח, אין דעם פֿינף און צװאַנציקסטן טאָג פֿונעם חודש כּסליו. זײ האָבן אױפֿגעשטעלט דאָס לחם הפּנים אױפֿן גאָטס טיש.

זײ האָבן אָנגעצונדן די הײליקע מנורה פֿון גאָט, זײ האָבן געלױבט גאָט, און זײ האָבן הלל געלײענט אַכט טעג נאָכאַנאַנד.

דאַרום האָבן די ײִדן אַלע זײערע יאָרן געפּראַװעט חנוכּה כּ"ה כּסליו אַכט טעג. ס'זאָל זײַן אַ דענקמאָל צו כּל־ישׂראל אױף אײביק.