Souccot: Almanach - סוכּות: אַלמאַנאַך

Auteur: Joseph Friedenson
Lieu: New York
Date: 1961
מחבר: ר' יוסף פֿרידענזאָן
אָרט: ניו־יאָרק
דאַטע:
icone-musique סוכּות- אַלמאַנאַך
      Souccot-Almanach

Bientôt le fichier audio......

lien
Cliquez sur l'un de ces liens pour lire en ligne, télécharger ou imprimer ce livre:

Souccot-Almanach - סוכּות-אַלמאַנאַך        

Ancienne édition
Edition digitale

סוכּות-אַלמאַנאַך
Souccot-Almanach
דאָס אידישע וואָרט
ימים־נוראים אַלמאַנאַך

דאָס אידישע וואָרט איז געווען א חודשלעכער זשורנאַל אויף ייִדיש (געשריבן אויף אַן אַלט־מאָדישן אויסלייג), פֿון דער אַמעריקאַנער אגודת־ישׂראל. דער רעדאַקטאָר איז געווען ר' יוסף פֿרידענזאָן. דער זשורנאַל איז געווען דער אָרגאַן פֿון אַגודת־ישראל אין אַמעריקע. ער האָט אַרויסגעגעבן אַנטאָלאָגעיס און מאמרים פֿון רבנים און ראשי־ישיבֿות, ביאָגראַפֿיעס און געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט מלחמה.

פֿאָרוואָרט צום אַלמאַנאַך

מיר האָבן זיך געשטעלט אַ טאָפּלטע אויפֿגאַבע:

  1. צו פּאָפּולאַריזירן און ברענגען צו די ברייטע מאַסן די מחשבֿה־פּערל פֿון אונדזערע גדולי ומאורי התּורה פֿון די לעצטע דורות. די דאָזיקע פּערל וואָס קענען דינען ווי אַ קוואַל פֿון התחזקות פֿאַר ייִדישקייט זײַנען צעוואָרפֿן אין ספֿרים, ירחונים און קונטרסים צו וועלכע דער ברייטער עולם האָט ניט תּמיד קיין גרייטן צוטריט. דורך די אויסגאַבעס פֿון דער אָרטאָדאָקסישער ביבליאָטעק וועלן די דאָזיקע אייביקע רייד קענען דערגרייכן וואָס ברייטערע ייִדישע מאַסן און זיי העלפֿן פֿאַרטיפֿן דעם ייִדישן באַוווּסטזײַן און באַגײַסטערן זיי פֿאַר די אייביקע קניני־היהדות.
  2. פֿאַרהיטן פֿון פֿאַרלוירנגיין, דעם אומדערשעפּלעכן אוצר פֿון ייִדישער מחשבֿה וואָס איז צעזייט און צעשפּּרייט אין די פֿילצאָליקע אָרטאָדאָקסישע צײַטשריפֿטן פֿון פֿאַר דער מלחמה. די אוצרות־המחשבֿה וואָס געפֿינען זיך אין די פֿאַרגעלטע בלעטער פֿון דער דאָזיקער פּּּרעסע האָבן פֿאַר יאָרן לאַנג געדינט פֿאַר איינע פֿון די בעסטע אינסטרומענטן צו פֿאַרשפּרייטן די אידעאַלען פֿון יהדות און אַלץ מעכטיקער כּלי־זין קעגנצוּווירקן די צעשטערערישע השפּעות. די דאָזיקע מאמרים קענען נאָך הײַנט דערפֿילן די אויפֿגאַבע ניט ווייניקער ווי אַ מאָל. אין זעלבן זין באַמיִען מיר זיך אויך צו פֿאַראייביקן די בעסערע יהדות־מאמרים וואָס דערשײַנען הײַנט צו טאָג אין דער אָרטאָדאָקסישער פּּרעסע אין גאָר דער וועלט.
אַ וואָרט אויף סוכּות
ראשון לחשבון עוונות

ר' צבֿי הירשהאָרן, תּר"ס (1900) קאַמינקע (מזרח־גאַליציע), תּש"ג (1943), לעמבעריק.

אין ערשטן טאָג סוכות הייבט זיך אָן די נײַע זינד־רעכענונג - ראשון לחשבון עוונות.

אין די טעג צווישן יום־כּיפּור און סוכּות זענען ייִדן ריין פֿון זינד, זיי טוען נישט קיין עבֿירות.

פֿון וואַנען נעמט זיך עפּּעס אַזאַ גלויבן אַז אין די נאָך יום־כּיפּור טעג וועט מען נישט זינדיקן?

פֿאַר וואָס זאָלן די פֿיר טעג פֿאַר סוכּות, ווען מען איז עוסק אין די הכנות צו מצוות־סוכּה און אתרוג זײַן מער פֿאַרזיכערט קעגן זינד, ווי דער ערשטער טאָג סוכּות? די קדושה פֿון די מצוות היטן דאָך אָפּּ פֿון עבֿירות. מצוה בעידנא דעסיק בה מגינא ומצילא.

שלימות היהדות באַשטייט פֿון צוויי יסודות, תּורת־חיים און אַהבֿת־חסד. אַהבֿת־המקום און אַהבֿת־הבריות. איינס ציט זײַן גײַסטיקע יניקה פֿונעם צווייטן, פֿאַראייניקט אין איין שורש – גאָטס וואָרט. ווי פֿלאַם און קנויט בילדן דאָס ברענענדע ליכט.

און אָט דער אמת קומט צום אויסדרוק אינעם הייליקסטן טאָג - יום־כּיפּור.

יום־כּיפּור לערנט אונדז, אַז נישט נאָר: אַהבֿת־המקום און אַהבֿת־הבריות, בין אּׁדם למקום און בין אָדם לחבֿרו מוזן גיין צוזאמען נאָר אַז מ'האָט יום־כּיפּור אין האַרצן - קען מען ניט זינדיקן.

אין די פֿיר טעג האָט נאָך יעדער ייִד יום־כּיפּור אין האַרצן און היט די גאַנצע תּורה, זינדיקט ער דאָך נישט.

דעמאָלט ווערט דערגרייכט די העכסטע מדרגה פֿון קדושה. איז ממילא נישטאָ קיין פּלאַץ פֿאַר קיין זינד..