Noam Elimelech - נועם אלימלך
Ancienne édition
Edition digitale
דער ספֿר נועם אלימלך, צונויפֿגעשטעלט לויט די פּרשיות פֿון דער וואָך, איז איינער פֿון די יסודותדיקע ספֿרים אין דער חסידישער ספֿרים־שאַפֿע.
רבי אלימלך פֿאַרשטאַרקט דורך זײַנע דרשות דעם גרונטלעכן יסוד וואָס דער "צדיק" פֿאַרנעמט אינעם חסידס עבֿודת־השם. צוליב דעם ווערט עס גערופֿן "ספֿרן של צדיקים".
דער ספֿר, אַזוי ווי ס'רובֿ ספֿרים פֿון די ערשטע דורות חסידות, איז אַרויס נאָך רבי אלימלכס פטירה.
מיט זײַן פֿאָטערס רשות און צוליב אַ טעס כּמוסהאט עסגעבר֫נגט צום דרוק האָבן עס זײַן זון רבי אליעזר און זײַן תּלמיד זכריה מענדל פּריסטיצער געברענגט צום דרוק אַ יאָר נאָכן רבינס פּּטירה.
זיי האָבן עס צוזאַמענגעשטעלט פֿון רשימות וואָס די תּלמידים האָבן פֿאַרשריבן.
אַזוי שרײַבט זײַן זון רבי אליעזר אינעם אַרײַנפֿיר צו דעם ספֿר.
דער ספֿר איז אײַנגעטײלט אין פֿיר טײלן׃
רבי אלימלכס שיטה ווערט אין דעם דאָזיקן ספֿר פֿירגעטראָגן מיט אַ באַזונדער אויספֿירלעכקייט.
"בני חיי מזוני" באַדאַרפֿן האָָָָָָָָָָָָָָבן אתערותא דלתּתּא, אַז דער צדיק זאָל זיך אַרײַנטאָן אין זיי און דורך דעם זיי אַראָָָָָפּברענגען פֿאַרן חסיד אויף דער וועלט.
דאָס אָבער פֿאָדערט דער צדיק זאָל זיך אַ ביסל אַראָפּנידערן פֿון זײַן מדריגה כּדי צו טראַכטן, פֿילן און מיטלעבן דעם חסידס באַדערפֿענישן, דאַקעגן מוז דער חסיד זיך פֿאַרבינדן צום רבין לייב און לעבן.
מיט זיין עבודה ציט און אַזוי ציט דער צדיק מואַרײַן די געטלעכע פּנימיות אין יעטוועדער גשמיותדיקער זאַך.
צדיקים האָבן זייער געאַכט דעם ספֿר נועם אלימלך.
עס ווערט דערציילט אַז דער ספֿר פֿאַרמאָָָָָָָָָָָָָָָָָָָָָָגט אין זיך פֿול סגולות. גענוג אין אים מעיין צו זײַן איז מען זוכה צו פּרנסה ברווח ובשפֿע, ווי אויך צו אַ נשמה יתירה.
דער ספֿר נועם אלימלך פֿאַרנעמט אַ באַזונדערן אָרט בײַ אַ קימפּעטאָרין.
לרפֿואה־שלימה פֿירט מען זיך אויך אַוועקצולייגן דעם ספֿר אונטערן קישן פֿון אַ קראַנקן.
מע האָט געשעצט דעם כּוח פֿונעם ספֿר אויף אַזוי ווײַט אַז אויב מען לערנט פֿונעם "נועם אלימלך" און "צעטיל קטן" לעבט מען אַ גאַנץ לעבן מיט תּשובֿה.