Livre de prières en yiddish - ײִדיש־טײַטש יום־כּיפּור מחזור
מחזור ליום כיפור, עם תרגום לאידיש, עם ביאור, וכוונת הפייטן, אופנבך תקע"ב
לשון־קודש הוידוי |
טײַטש דער וידוי |
|
---|---|---|
אֱלֹהֵֽינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵֽינוּ תָּבֹא לְפָנֶֽיךָ תְּפִלָּתֵֽנוּ, וְאַל תִּתְעַלַּם מִתְּחִנָּתֵֽנוּ שֶׁאֵין אֲנַֽחְנוּ עַזֵּי פָנִים וּקְשֵׁי עֹֽרֶף לוֹמַר לְפָנֶֽיךָ יְהֹוָה אֱלֹהֵֽינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵֽינוּ צַדִּיקִים אֲנַֽחְנוּ וְלֹא חָטָֽאנוּ אֲבָל אֲנַֽחְנוּ וַאֲבוֹתֵֽינוּ חָטָֽאנוּ: | אֱלֹהֵֽינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵֽינוּ אונדזער גאָט און גאָט פֿון אונדזערע עלטערן איך בעט דיך לאָז קומען פֿאַר דיר אונדזער תּפֿילה און זאָלסט זיך ניט פֿאַר הױלן אונדזער געבעט, דען מיר זענען ניִט קײן עזות־פּנימער און מיר האַרטן ניט דעם אַקן. מיר קאָנען ניט זאָגן פֿאַר דיר גאָט און גאָט פֿון אונדזערע עלטערן מיר זענען צדיקים נײַערט מיר זענען מודה אַז מיר און אונדזערע עלטערן האָבן געזינדיקט: |
אָשַֽׁמְנוּ. | מיר האָבן געשולדיקט | |
---|---|---|
בָּגַֽדְנוּ. | מיר האָבן געפֿעלשט | |
גָּזַֽלְנוּ. | מיר האָבן געגזלט | |
דִּבַּֽרְנוּ דֹּֽפִי. | מיר האָבן גערעדט [לערע] שענדלעכע־רײד. | |
הֶעֱוִֽינוּ. | מיר האָבן פֿאַרקרימט דעם רעכטן װעג. | |
וְהִרְשַֽׁעְנוּ. | מיר האָבן געמאַכט דעם אַנדערן פֿאַר אַ רשע. | |
זַֽדְנוּ. | מיר האָבן געטאָן עבֿירות מוטװיליק. | |
חָמַֽסְנוּ. | מיר האָבן גערױבט. | |
טָפַֽלְנוּ שֶֽׁקֶר. | מיר האָבן זיך באַהעפֿט מיט פֿאַלשקײט. | |
יָעַֽצְנוּ רָע. | מיר האָבן זיך געגעבן עצות שלעכטס צו טאָן. | |
כִּזַּֽבְנוּ. | מיר האָבן ליגן געזאָגט. | |
לַֽצְנוּ. | מיר האָבן געשפּעט. | |
מָרַֽדְנוּ. | מיר האָבן געטאָן עבֿירות (אױף צו) להכעיס. | |
נִאַֽצְנוּ. | מיר האָבן דערצערנט. | |
סָרַֽרְנוּ. | מיר האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון דעם רעכטן װעג. | |
עָוִֽינוּ. | מיר האָבן פֿאַרקרימט. | |
פָּשַֽׁעְנוּ. | מיר האָבן געטאָן עבֿירות מיט װילונג. | |
צָרַֽרְנוּ. | מיר האָבן באַלײדיקט. | |
קִשִּֽׁינוּ עֹֽרֶף. | מיר האָבן געהאַרט אונדזער אַקן | |
רָשַֽׁעְנוּ. | מיר האָבן געטאָן עבֿירות מיט רשעות. | |
שִׁחַֽתְנוּ. | מיר האָבן פֿאַרדאָרבן. | |
תִּעַֽבְנוּ. | מיר זענען אומגעװירדיקט געװאָרן. | |
תָּעִֽינוּ. | מיר האָבן זיך פֿאַראירט. | |
תִּעְתָּֽעְנוּ: | מיר האָבן אַנדערע פֿאַראירט׃ | |
סַֽרְנוּ מִמִּצְוֹתֶֽיךָ וּמִמִּשְׁפָּטֶֽיךָ הַטּוֹבִים וְלֹא שָֽׁוָה לָֽנוּ. | מיר האָבן אָפּגעקערט פֿון דײַנע מִצוֹת און פֿון דײַנע גוטע געזעצן און זײ האָבן בײַ אונדז ניט געהאַט קײן באַטרעף, | |
וְאַתָּה צַדִּיק עַל כָּל הַבָּא עָלֵֽינוּ. | און דו ביסט גערעכט איבער אַלץ װאָס קומט אױף אונדז דען | |
כִּי אֱמֶת עָשִֽׂיתָ וַאֲנַֽחְנוּ הִרְשָֽׁעְנוּ: | דו טוסט אמת אָבער מיר זענען שולדיק׃ | |
מַה נֹּאמַר לְפָנֶֽיךָ יוֹשֵׁב מָרוֹם. | מַה נֹּאמַר װאָס זאָלן מיר זאָגן פֿאַר דיר גאָט דער װאָס זיצט אין דער הײך | |
וּמַה נְּסַפֵּר לְפָנֶֽיךָ שׁוֹכֵן שְׁחָקִים. | און װאָס זאָלן מיר דערצײלן פֿאַר דיר װאָס רוט אין הימל פֿאַר װאָר | |
הֲלֹא כָּל הַנִּסְתָּרוֹת וְהַנִּגְלוֹת אַתָּה יוֹדֵֽעַ: | אַלע פֿאַרבאָרגענע זאַכן און די אַנטפּלעקטע זאַכן װײסטו װױל׃ | |
אַתָּה יוֹדֵֽעַ רָזֵי עוֹלָם. | אַתָּה יוֹדֵֽעַ דו װײסט די סודות פֿון דער װעלט | |
וְתַעֲלוּמוֹת סִתְרֵי כָל חָי: | און די פֿאַרהױלונג פֿון די פֿאַרבאָרגעניש פֿון אַלע לעבעדיקע׃ | |
אַתָּה חוֹפֵשׂ כָּל חַדְרֵי בָֽטֶן וּבוֹחֵן כְּלָיוֹת וָלֵב: אֵין דָּבָר נֶעְלָם מִמֶּֽךָּ. וְאֵין נִסְתָּר מִנֶּֽגֶד עֵינֶֽיךָ: | אַתָּה חוֹפֵשׂ דו זוכסט אַלע קאַמערן פֿון דעם בױך, דו פּרוּװסט די געדאַנקען פֿון די נירן און פֿון דעם האַרצן׃ און ס'איז ניטאָ קײן פֿאַרהױלונג פֿון דיר, און ס'איז ניטאָ קײן פֿאַרבאָרגונג קעגן דײַנע אױגן׃ | |
וּבְכֵן יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶֽיךָ יְהֹוָה אֱלֹהֵֽינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵֽינוּ. | וּבְכֵן דאַרום זאָל זײַן דער װילן פֿאַר דיר אונדזער גאָט און גאָט פֿון אונדזערע עלטערן | |
שֶׁתְּכַפֵּר לָֽנוּ עַל כָּל חַטֹּאתֵֽינוּ. | דו זאָלסט מכפּר זײַן אױף אונדזערע חטאים, | |
וְתִסְלַח לָֽנוּ עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵֽינוּ. | און דו זאָלסט פֿאַרגעבן אונדז אױף אונדזערע זינד, | |
וּתִמְחָל לָֽנוּ עַל כָּל פְּשָׁעֵֽינוּ: | און דו זאָלסט אונדז מוחל זײַן אױף אונדזערע פּשעים׃ |