Pessah: Kneidlech - פּסח: קניידעלעך

Laissez vous tenter par une autre recette!
8 Personnes
8 מענטשן
Facile
גרינג
30 minutes
30 מינוט

Ustensiles

געשיר

  • אַ שיסל
  • אַ לעפֿל צום מישן
  • אַ גלאָז
  • אַ טיפֿער טאָפּ

Ingrédients

פּראָדוקטן

  • 2 לעפֿל בוימל
  • 2 אייער
  • 1 גלאָז מצה־מעל
  • אַ קוואָרט זאַלץ
  • אַ קוואָרט פֿעפֿער
  • 1 גלאָז וואַסער

Préparation

דער גאַנג

  1. אויסמישן אַלע פּראָדוקטן צוזאַמען ביז עס ווערט אַ גלאַטע טייג.
  2. מיט פֿײַכטע הענט מאַכן קליינע קניידלעך און אַרײַנוואַרפֿן אין קאָכעדיקן וואַסער.
  3. קאָכן אויפֿן פֿײַער אַרום 15-20 מינוט, ביז די קניידעלעך שווימען אַרויף .

Tradition

מנהגים

וואָרט אויפֿן יום־טובֿ פּסח פֿֿון שׂפֿת־אמת

דער עולם זאָגט:

"מען מיינט נישט די הגדה נאָר די קניידעלעך"

יהי רצון מיר זאָלן טאַקע מיינען די הגדה און נישט נאָר די קניידעלעך.

  

דער שפֿת־אמת, יהודה־אַַריה־לייב, זאָגט אויפֿֿן פּסוק: 

"אלה מועדי השם מקראי קודש אשר תקראו אותם במועדם.." (ויקרא כּג,ד)

מקראי קודש: מיר  רופֿן  דעם יום־טובֿ, אַזוי ווי מיר רופֿן אַ חבֿר: קום אַהער, קום אַרײַן! ווען עס קומט אַ יום־טובֿֿ  רופֿן מיר די קדושה אָבער אויך די קדושה רופֿן אונדז, דעם ייִדן, "קום צו מיר"!

קדושה איז דאָס פּינטעלע ייִד וואָס געפֿינט זיך בײַ יעדן איינעם און גיט אים דאָס חיות צו לעבן, אַ גאַנץ יאָר איז עס בנסתּר, נאָר יום־טובֿ איז עס בנגלה.

צוליב דעם זענען די מועדים  לשׂמחה  ווײַל דאָס פּינטעלע ייִד  ווערט נתגלה בקדושת היום־טובֿ.

 

דאָס איז די סיבה וואָס מיר זאָגן "גוט  יום־טובֿ" צוויי מאָל: גוט און טובֿ

מיר ווינטשן אָן דעם רבונו־של־עולם און ער ווינטש אונדז צוריק.

 

טאָ, לאָמיר זיך אָנווינטשן אַ גוט יום־טובֿ! און זײַן בשׂמחה!