Veille de Yom Kippour: Gefilte fish - ערבֿ־יום־כיפּור: געפֿילטע־פֿיש

Laissez vous tenter par une autre recette!
15 Personnes
15 מענטשן
Moyen
מיטל
60 minutes
60 מינוט

Ustensiles

געשיר

  • אַ טאָפּ
  • אַ ריבאײַזן
  • אַ מעסער
  • אַ לעפֿל
  • אַ לעפֿעלע
  • אַ שיסל

Ingrédients

פּראָדוקטן

  • פֿישביינער
  • צוויי קילאָ געמאָלענע קאַרפּן־פֿיש
  • דרײַ גרויסע ציבעלעך
  • דרײַ גרויסע מערן
  • פֿינף לעפֿלעך מצה־מעל
  • פֿיר אייער
  • איין לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
  • אַ קוואָרט זאַלץ
  • צוויי לעפֿל צוקער

Préparation

דער גאַנג

פֿאַרפֿאַסטן ערבֿ־יום־כיפּור - Seoudah Maphséqeth: Veille de Yom Kippour
אַ רעצעפּט פֿון געפֿילטע־פֿיש -La recette du Gefilte Fish

 

  • צערײַבן צוויי ציבעלעך און צוויי מערן מיט אַ ריבאײַזן. 
  • אויסמישן מיט די געמאָלענע פֿיש.
  • צוגעבן מצה־מעל, אייער, פֿעפֿער און זאַלץ און גוט אויסמישן.
  • אָנפֿילן אַן האַלבן טאָפּּ מיט וואַסער.
  • צעשנײַדן איין ציבעלע און איין מער אויף קליינע שטיקלעך.
  • אַרײַנלייגן די גרינסן (ציבעלעך און מערן) אין טאָפּ, אַרײַנשיטן צוקער, זאַלץ און פֿעפֿער, לויטן געשמאַק. אויפֿקאָכן דאָס וואַסער.
  • אויספֿורעמען קאָטלעטן פֿונעם פֿיש־געמיש.
  • אַרײַנלייגן די קלאָטלעטן אין טאָפּ.
  • אויף אַ קליינעם פֿײַער קאָכן אין משך פֿון צוויי שעה.
  • אָפּקילן, אַרויסנעמען פֿון טאָפּ און אַרויפֿלייגן אויף אַ טאַץ.
  • צעשנײַדן אויף רעפֿטלעך און אַרויפֿלייגן רונדיקע מערעלעך.

מיט אַ גוטן אַפּעטיט!

פּאַסיק צו עסן קאַלטערהייט

Tradition

מנהגים

מצוות אַכילה ערבֿ־יום־כּיפּור

מעשׂה בחייט

רבי תּנחומא האָט געזאָגט:

אַן עובֿדא וואָס האָט זיך געטראָפֿן אין רוים ערבֿ־יום־כּיפּור.

עס איז דאָרטן געווען אַ שנײַדער, איז ער געגאַנגען קויפֿן פֿיש. עס איז געווען נאָר איין פֿיש.

דער שנײַדער איז געשטאַנען לעבן דעם פֿיש און האָט עס געוואָלט קויפֿן.

דער קנעכט פֿון שׂר פֿון שטאָט איז אויך געשטאַנען לעבן דעם פֿיש און האָט עס אויך געוואָלט קויפֿן.

דער שנײַדער האָט געשטיגן דעם פּרײַז און דער קנעכט האָט געשטיגן דעם פּרײַז. ביז צוועלף גילדן.

דער שנײַדער האָט באַצאָלט די צוועלף גילדן און געקויפֿט דעם פֿיש.

ווען דער קנעכט האָט צוגעשטעלט די סעודה דעם שׂר האָט דער שׂר געפֿרעגט: