Souccot: Chou farci - סוכּות: האָלעפּטשעס

Laissez vous tenter par une autre recette!
10 Personnes
10 מענטשן
Facile
גרינג
60 minutes
60 מינוט

Ustensiles

געשיר

  • דער לעפֿל
  • צוויי שיסלען
  • דאָס גלאָז
  • דער טאָפּ
  • דאָס לעפֿעלע

Ingrédients

פּראָדוקטן

  • 1 גרויסער קרויט
  • 1 גלאָז רײַז
  • 300 גראַם געהאַקטע פֿלייש
  • אַ האַלב פּעקל צעריבענע פּעטרישקע
  • 1 ציבעלע
  • 1 צעריבענע מער
  • 2 נעגעלעך קנאָבל
  • אַ קוואָרט זאַלץ
  • ½ לעפֿעלע פֿעפֿער
  • צום סאָס
  • 4-5 לעפֿל בוימל
  • 2 שעכטלעך טאָמאַטן־זאַפֿט
  • ½ גלאָז ציטרינזאַפֿט
  • ⅓ גלאָז האָניק
  • אַ קוואָרט זאַלץ
  • 3 גלעזער וואַסער

Préparation

דער גאַנג

אָנוואַרעמען אַ טאָפּ וואַסער און אָנקאָכן די קרויט אַן ערך 10 מינוט, ביז די בלעטער ווערן ווייך.

אָנקאָכן די רײַז באַזונדער און אָפּקילן.

אויסמישן ביז דאָס געמיש ווערט גלאַטיק און אויסשפּרייטן אויף יעדער בלעטל באַזונדער.

איבערדרייען שטײַף.

 

אַרײַנלייגן אין טאָפּ די רעשט בלעטלעך קרויט.

אַרויפֿגיסן בוימל.

אָנקאָכן אויף אַ קליינעם פֿײַער 3 - 2 שעה.

Tradition

מנהגים

ווי אַזוי שפּרינגט אַַרײַן קרויט אין מחזור אַרײַן?

דער לעצטער פּיוט פֿון הושענא־רבא הייסט קול־מבֿשׂר – אַמיץ ישעך בא, אויף יעדער שורה ענטפֿערט דער קהל אָפּ ״קול מבֿשׂר, מבֿשׂר ואומר״. פֿון די ווערטער איז געוואָרן אַ ווערטערשפּיל: קול־מבֿשׂר = קרויט מיט וואַסער.

פֿונעם סידור קרבן־מנחה

פֿונעם סידור קרבן־מנחה