Chavouot: Ahavas Yisroël - שבֿועות: אַהבֿת־ישׂראל

Compositeur: Lipa Schmeltzer
Interprète: Mordehai Ben David
Auteur: Lipa Schmeltzer
קאָמפּאָזיטאָר: ליפּאַ שמעלצער
זינגער: מרדכי בן־דוד
מחבר: ליפּאַ שמעלצער
אַהבֿת־ישׂראל - Ahavas Yisroël
icone-micro אַהבֿת־ישׂראל

icone-micro ווערטער - Paroles
אַהבֿת־ישׂראל

דער מגידל פֿון קאָזשעניץ האָט אַ מאָל געזאָגט
ווען ליבשאַפֿט פֿאַר אַ ייִדל מען פֿאַרמאָגט,
ווען איינער האַלט דעם צווייטנס האַנט,
ווערט אַ קייטל אײַנגעשפּאַנט,
ביזן הימל אונדזער ליבשאַפֿט עס דערטראָגט.

דער הייליקער בעש"ט זאָגט צו זײַן חסיד: הער!
ליב האָבן אַ ייִד נישט קוקן ווער,
ווי אַזוי ער גייט, ווי אַזוי ער שטייט,
ליב האָבן אַ ייִדן, מ'מוז
ווײַל ברענגען די גאולה קען נאָר ער!


ליב האָבן אַ ייִד אין יעדן מצבֿ,
דער ראָש־הקהל, מוהל, צי דער קצבֿ,
וועט דער טאַטע געבן פֿאַר אונדז קינדער,
זײַן וווּנדער,באַזונדער,
פֿאַר יעדן האַנט בײַ האַנט.

געזונט, פּרנסה, נחת אָן אַ צאָל ווען ס'איז דאָ אַהבֿת־ישׂראל,
און מיט ליבשאַפֿט וועט מען אונדז באַלוינען, 
באַקרוינען, צו וווינען, צוריק אין אונדזער לאַנד.

ר' איציקל פֿון וווּרקע זאָגט אונדז אין אַ שמועס
ווען צוקער ווערט צעלאָזט דאַן ווערט עס זיס,
אַזוי אַ ייִד ־ די זעלבע זאַך,
מבֿטל זײַן פֿאַר אַ יעדן גלײַך,
מתיקות מיט אַהבֿה זיך צעגיס.

דער רבי פֿון לובלין זאָגט אַז דער תּנא אלוקי ־
די סודות פֿון ר' שמעון בר־יוחאי,
איז אַלץ נאָר ווײַל די גרויסע לײַט,
צו יעדן ביטול נאָר געהאַט,
דערפֿאַר אַזוי געשטיגן האָבן זיי.

ליב האָבן אַ ייִד אין יעדן מצבֿ,
דער ראָש־הקהל, מוהל, צי דער קצבֿ,
וועט דער טאַטע געבן פֿאַר אונדז קינדער,
זײַן וווּנדער, באַזונדער, פֿאַר יעדן האַנט בײַ האַנט.

געזונט, פּרנסה, נחת אָן אַ צאָל,
ווען ס'איז דאָ אַהבֿת־ישׂראל,
און מיט ליבשאַפֿט וועט מען אונדז באַלוינען, 
באַקרוינען, צו וווינען,
אין אונדזער הייליק לאַנד, (צוריק אין אונדזער לאַנד).