Le 9 Av: Que se passera-t-il lors de la venue du Messie? - תּשעה־באָבֿ: וואָס וועט זײַן אַז משיח וועט קומען?

Laissez vous tenter par une autre chanson!
Compositeur: Folklorique
Interprète: Ch. Horowitz
Auteur: Chanson Folklorique
קאָמפּאָזיטאָר: פֿאָלקסטימלעך
זינגער: ש. האָראָוויץ
מחבר: פֿאָלקסליד
וואָס וועט זײַן אַז משיח וועט קומען? -  ? Que se passera-t-il lors de la venue du Messie
icone video  וואָס וועט זײַן אַז משיח וועט קומען?   

 

 

icone-micro וואָס וועט זײַן אַז משיח וועט קומען? – סעודהניו
icone micro ווערטער - Paroles
פֿאָלקסליד:
וואָס וועט זײַן אַז משיח וועט קומען? – סעודהניו

זאָג זשע רבניו,
וואָס וועט זיַין, אַז משיח וועט קומען?
- אַז משיח וועט קומען וועלן מיר עסן אַ סעודהניו.


וואָס וועלן מיר עסן אויף דער סעודהניו?
דעם שור-הבר מיט לוויתן.
וועלן מיר עסן אויף דער סעודהניו.


וואָס וועלן מיר טרינקען אויף דער סעודהניו?
דעם יין-המשומר
דער יין־המשומר וועלן מיר טרינקען.
דעם שור־הבר מיט לוויתן וועלן מיר עסן.
אויף דער סעודהניו.


ווער וועט אונדז תּורה לערנען אויף דער סעודהניו?
משה רבינו
משה רבינו וועט אונדז תּורה לערנען,
דעם יין־המשומר וועלן מיר טרינקען,
דעם שור־הבר מיטן לוויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.


ווער וועט אונדז תּורה לערנען אויף דער סעודהניו?
משה רבינו
משה רבינו וועט אונדז תּורה לערנען,
דעם יין־המשומר וועלן מיר טרינקען,
דעם שור־הבר מיטן לוויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.


ווער וועט אונדז שפּילן אויף דער סעודהניו?
דוד המלך.
דוד המלך וועט אונדז שפּילן,
משה רבינו וועט אונדז תּורה לערנען,
דעם יין־המשומר וועלן מיר טרינקען,
דעם שור־הבר מיטן לוויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.


ווער וועט אונדז חכמה זאָגן אויף דער סעודהניו?
שלמה המלך.
שלמה המלך וועט אונדז חכמה זאָגן,
דוד המלך וועט אונדז שפּילן,
משה רבינו וועט אונדז תּורה לערנען,
דעם יין־המשומר וועלן מיר טרינקען,
דעם שור־הבר מיטן לוויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.


ווער וועט אונדז פּויקן אויף דער סעודהניו?
מרים הנבֿיאה!
מרים הנבֿיאה וועט אונדז פּויקן,
שלמה המלך וועט אונדז חכמה זאָגן,
דוד המלך וועט אונדז שפּילן,
משה רבינו וועט אונדז תּורה לערנען,
דעם יין־המשומר וועלן מיר טרינקען,
דעם שור־הבר מיטן לוויתן וועלן מיר עסן
אויף דער סעודהניו.