Hanoucca: Oy 'Hanouké - חנוכּה: אוי חנוכּה

Laissez vous tenter par une autre chanson!
Interprète: A. Veyberman
Auteur: Mordechay Riwesmann
זינגער: א. ווײַבערמאַן
מחבר: מרדכי ריוועסמאַן
אוי חנוכּה - Oy 'Hanouké
icone video  אוי חנוכּה   
icone micro ווערטער - Paroles
מרדכי ריוועסמאַן: ווילנע, תּרכּ"ח – לענינגראַד, תּרפּ"ד
אוי חנוכּה

חנוכּה, אוי חנוכּה, אַ יום־טובֿ אַ שיינער,
אַ לוסטיקער, אַ פֿריילעכער, ניטאָ נאָך אַזוינער,
אַלע נאַכט אין דריידל שפּילן מיר,
הייסע גוטע לאַטקעס עסן מיר.

געשווינדער, צינדט, קינדער,

די חנוכּה־ליכטעלעך אָן!
לאָמיר אַלע אין איינעם
צום יום־טובֿ דעם שיינעם
זינגען און טאַנצן אין קאָן.


יהודה האָט באַזיגט דעם שׂונא, דעם רוצח
און אין בית־המקדש געזונגען למנצח
די שטאָט ירושלים האָט דאַן אויפֿגעלעבט
און צו אַ נײַעם לעבן האָט יעדער געשטרעבט.

געשווינדער ...

חנוכּה, אוי חנוכּה, ביסט ליב אונדז און טײַער,
עס ברענען דײַנע ליכטעלעך מיט אייביקן פֿײַער,
פֿריילעכע זכרונות וועקן זיי אויף
עס הערט זיך מתּיתיהוס הייליקער רוף.

געשווינדער ...

פּאַרטיטורע - Partitions