אַ סוכּהלע אַ קליינע
מיט ברעטעלעך געמיינע
האָב איך מיר אַ סוכּהלע געמאַכט.
באַדעקט דעם דאַך מיט אַ ביסעלע סכך
זיץ איך מיר אין סוכּהלע בײַ נאַכט.
באַדעקט דעם דאַך מיט אַ ביסעלע סכך
זיץ איך מיר אין סוכּהלע בײַ נאַכט.
אַ ווינט אַ קאַלטן
בלאָזט דורך די שפּאַלטן
און די ליכטעלעך זיי לעשן זיך פֿיל.
עס איז מיר אַ חידוש,
ווי איך מאַך מיר קידוש
און די ליכטעלעך זיי ברענען גאַנץ שטיל.
[ מיט פֿאַרזאָרגטן געזיכט
דאָס ערשטע געריכט
עס טראָגט מיר די טאָכטער באַלד אַרײַן.
זי שטעלט זיך אװעק און זאָגט מיט שרעק
דער װינט װאַרפֿט די סוכּה באַלד אײַן. ]
זיי נישט קיין נאַר
האָב נישט קיין צער,
זאָל דיך די סוכּה נישט זײַן באַנג,
עס איז שוין גאָר
באַלד צוויי טויזנט יאָר
און די סוכּהלע זי שטייט נאָָך גאַנץ לאַנג.
עס איז שוין גאָר
באַלד צוויי טויזנט יאָר
און די סוכּהלע זי שטייט נאָך גאַנץ לאַנג.
הבט משמים יראה
קוק אַראָפּ פֿון הימל און זע,
כי היינו לעג וקלס בגוים
מיר זענען ווי אַ געלעכטער פֿאַר זיי.
נחשבֿנו כּצאן לטבח!
אוי וויי ג-טניו קענסטו קוקן אויף דער זאַך
מיר זענען קיין מאָל קיין באַרויִקן
נאָר תּמיד צו דער שחיטה.
הבט משמים וראה.
דעריבער בעטן מיר בײַ דיר אַלע מאָל.
ענטפֿער אונדז שוין שומר־ישׂראל,
אוי! פֿאַרנעם שוין אונדזערע טרערן.
קיינער וויל אונדז נישט אויסהערן
און מיר שרײַען שמע־ישׂראל!
אוי! פֿאַרגעס אונדז נישט שומר גוי אחד,
פֿאַר די פֿעלקער אַז דו ביזט אונדזער ג-ט.
מיר האָבן נישט קיינעם
נאָר דיך איינעם
און דײַן נאָמען איז ד' אחד.