לאָמיר מאַכן אַ בײַט
אָט איז באַוווּסט פֿון די צדיקים אַז דער רבֿ פֿון בערדיטשעוו (זי״ע) בעל קדושת־לוי האָט געשריגן מיט געוויין דעם ניגון אום ראָש־השנה פֿאַר דעם יתגדל בײַם אָנהייב פֿון מוסף: "דער רוס טראַכט אַז די גאַנצע וועלט איז זײַנע, דער פֿראַנצויז אַז די וועלט איז זײַנע, און אַזוי האָבן געטראַכט אַלע גרויסע מלכים אָבער מיר זאָגן יתגדל ויתקדש שמיה רבא …".
מונקאַטשער רבי, שער־ישׂשׂכר, מאמר ישע־רבֿ, אות ל"ח
- סאָלאָ:
- רבונו־של־עולם, איך וועל מיט דיר מאַכן אַ בײַט
- קהל:
- אַ בײַט וועלן מיר מאַכן. (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- איך וועל דיר געבן חטאים, עוונות און פּשעים
- קהל:
- אוי וויי טאַטע! (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- טאָמער וועסטו פֿרעגן וואָס זאָלסטו מיר געבן דערפֿאַר
- קהל:
- זאָג איך דיר: (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- דו זאָלסט מיר געבן, מחילה, סליחה וכּפּרה.
- קהל:
- אוי וויי טאַטע! (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- טאָמער וועסטו מיינען גלײַך אויף גלײַך
- קהל:
- ניין זאָג איך דיר: (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- דו זאָלסט מיר געבן בני, חיי ומזוני
- קהל:
- אוי וויי טאַטע! (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- טאָמער וועסטו מיר פֿרעגן וואָס בני הייסט
- קהל:
- זאָג איך דיר: (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- בנים ובני בנים עוסקים בתּורה ומצוות
- קהל:
- אוי וויי טאַטע! (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- טאָמער וועסטו מיר פֿרעגן וואָס חיי הייסט
- קהל:
- זאָג איך דיר: (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- חי חי יודוך וישבחוך
- קהל:
- אוי וויי טאַטע! (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- טאָמער וועסטו מיר פֿרעגן וואָס מזוני הייסט
- קהל:
- זאָג איך דיר: (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- ואַכלת ושׂבעת וברכת את ה' אלוקיך
- קהל:
- אוי וויי טאַטע! (2 מאָל)
- סאָלאָ:
- די מצרים שרײַען אַז זייער גאָט איז גאָט
- קהל:
- ניין זאָג איך דיר: (1 מאָל)
- סאָלאָ:
- די פּערסן שרײַען אַז זייער גאָט איז גאָט
- קהל:
- ניין זאָג איך דיר: (1 מאָל)
- סאָלאָ:
- די מינים שרײַען אַז ס'איז חלילה נישטאָ קיין גאָט
- קהל:
- יאָ זאָג איך דיר יאָ! (1 מאָל)
אָבער איך לוי יצחק בן שׂרה־סאַשע זאָגט:
יתגדל ויתקדש שמה רבא