װוּ נעמט מען די הייליקע טעג?
זיי זענען אַוועקגעגאַנגען,
מיר דאַרפֿן זיי צוהאַלטן
מיט אײַזערנע צוואַנגען.
מיט אײַזערנע צוואַנגען צוהאַלטן
און תּשובֿה צו טאָן אויף דעם אַלטן,
די עבֿירות אַוועקצוּוואַרפֿן
און דעם בורא־עולם צוהאָרכן.
די ערגסטע מידה איז גאות,
עס דערווײַטערט פֿון אחוה וריעות
און נאָר אַ ביסל ענוה,
דאָס איז דאָך אַ מידה־טובֿה.
דער כּתר פֿון תּורה איז אָפֿן
מע קען דאָס נישט קריגן מיט שלאָפֿן,
נאָר מיט יגיעה־רבה
קען מען קונה זײַן עולם־הבא.
מיט תּורה ויראת־שמים
איז מען זוכה צו אמתע חיים.
אַ לעבן פֿון נצח־נצחים
אַ חסד פֿון מלך־מלכים.