Roch Hachana: Plaidoirie de Reb Levi-Yitzhok - ראָש־השנה: אַ דין־תּורה בײַם בערדיטשעווער רבין

Laissez vous tenter par une autre causerie!
Rabbi Levi Yitzhok de Berditchev
1740 - 1809
רבי לוי־יצחק פֿון בערדיטשעוו
-
L'avocat du Peuple Juif - סנגורם של ישׂראל

צום הייליקן רבין ר' לוי-־יצחק בערדיטשעווער זצוק"ל - וועלכער איז אויך געווען אַ רבֿ אין שטאָט – זענען אַ מאָל געקומען צו אַ דין־תּורה צוויי ייִִדן, ביידע מעקלערס אין פֿאַך.

דער תּובֿע לייגט פֿאָר פֿאַרן רבין זײַנע טענות:

"לעצטנס איז מיר געלונגען בעז"ה צו מאַכן אַ גוט געשעפֿט. איך האָב זיך דערוווּסט אַז ראובֿן איז פֿאַראינטרעסירט צו פֿאַרקויפֿן אַ גרויסע קוואַנטיטעט סחורה און פֿון דער צווייטער זײַט האָב איך געהערט אַז שמעון איז אינטרעסירט צו קויפֿן טאַקע אַזאַ מין סחורה. איך האָב באַשלאָסן אויסצונוצן די גאָלדענע געלעגנהייט צו פֿאַרמיטלען צווישן די צוויי ייִִדן און אַזוי אויך געניסן פֿון דעם גרויסן פֿאַרדינסט. אָבער וויבאַלד איך בין נישט קיין באַוווּסטער מעקלער, האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז דער קונה וועט נישט האָבן קיין צוטרוי צו מיר. דערפֿאַר האָב איך זיך געווענדט צו אַ צווייטן באַרימטן מעקלער און מיט אים אָפּגעמאַכט אַז ער זאָל אויספֿירן דאָס געשעפֿט און מיר וועלן זיך טיילן מיט די פֿאַרדינסטן. דער צווייטער האָט טאַקע אויסגעפֿירט דאָס געשעפֿט מיט גרויס הצלחה, אָבער קומענדיק אָפּצונעמען מײַן טייל אין מעקלערײַ־געלט, האָט ער צו מײַן גרויסער איבערראַשונג גענצלעך געלייקנט דעם אָפּמאַך.

"און וואָס האָסטו צו זאָגן דערויף?" האָט דער בערדיטשעווער זיך געווענדעט צום נתּבע מעקלער.

"איך- האָט ער געטענהט- קען גאָרנישט דעם פּאַרשוין. איך האָב אים גאָרנישט צוגעזאָגט און איך הייב נישט אָן צו וויסן וועגן וואָס עס רעדט זיך דאָ.

" דער צדיק האָט אָבער אײַנגעזען אַז דער אָרעמאַן - דער תּובֿע - רעדט אמת, האָט ער זיך געווענדעט צום נתּבע און געזאָגט: "אין דער תּפֿילה פֿון ר"ה שטייט דאָך "לדובֿר מישרים בדין" און נישט "לדובֿר שקרים בדין", איז ווי אַזוי דערוואַגסטו זיך צו זאָגן אַ ליגן שטייענדיק פֿאַרן דין?! איך באַפֿעל דיר גלײַך צו באַצאָלן דעם תּובֿע דאָס גאַנצע געלט וואָס דו האָסט אים צוגעזאָגט!"

"פֿאַר וואָס זאָל איך באַצאָלן - האָט ער געמאַכט דעם אָנשטעל פֿון אַן אומשולדיק שעפֿעלע- אַז איך קום אים גאָר קײן געלט נישט?!"

"אַזוי ווײַט דערגרײכט דײַן חוצפּה?! - האָט דער רבי אים געפֿרעגט- דו שעמסט זיך נישט צו לייקענען דײַן חובֿ פֿאַר דעם ייִדן?! הער נאָר וואָס איך וועל דיר דערציילן:

זײַ ווייסן אַז איך האַנדל אויך אין מעקלערײַ. יאָ, איך בין דער פֿאַרמיטלער צווישן כּנסת־ישׂראל מיט זייער פֿאָטער אין הימל. אין מײַן אַרבעט האָב איך אַ מאָל באַמערקט אַז בײַ ייִדן געפֿינען זיך דרײַ זאַכן וועלכע קומען זיי גאָרנישט צונוץ. פֿאַרקערט, זיי זענען זײער שעדלעכע סחורות, דאָס זענען: חטאים, עונות ופּשעים. אין הימל ווײַטער האָב איך געזען דרײַ סחורות וועלכע פֿעלן דאָרט גאָר נישט אויס: מחילה, סליחה, וכפּרה, האָב איך באַשלאָסן זיך אָנצוכאַפּן אין דער מציאה און מאַכן אַ בײַט צווישן זיי. דער הייליקער באַשעפֿער וואָס איז דאָך אַ דערבאַרעמדיקער פֿאָטער, האָט גלײַך אײַנגעשטימט צום געשעפֿט. בײַ די ייִדן אָבער איז מיר די אַרבעט שוין נישט געגאַנגען אַזוי גרינג. איך האָב געדאַרפֿט האָרעווען זייער שווער, זיי איבערצורעדן צו פֿאַרקויפֿן די אומנוצבאַרע, שעדלעכע סחורות. האָב איך געוואַרט אויף אַ פּאַסיקער צײַט, אויף דעם ספּעציעלן סעזאָן פֿון מסחר, דאָס איז דאָך עשי"ת. דאַן באַוויליקן ייִדן פֿיל גרינגער זיך צו געזעגענען פֿון זייערע חטאים, עונות ופּשעים. מיטן כּח פֿון תּשובֿה וואָס די ייִדן טוען אין די הייליקע טעג, ברענג איך זייערע עבֿירות אַרויף אין הימל און באַקום דערפֿאַר סליחה, מחילה וכפּרה. איך האָב אָבער געבעטן פֿון באַשעפער ער זאָל מיר צוגעבן נאָך דרײַ זאַכן וועלכע קומען אין גאַנצן נישט צונוץ אין הימל און אויף דער ערד זענען זיי לעבנס וויכטיקע אַרטיקלען: בני, חיי ומזוני. אין הימל האָט מען מסכּים געווען און דאָס געשעפֿט איז געשלאָסן געוואָרן.

דער אייבערשטער האָט מיר דאַן געזאָגט: לוי־יצחק, דאָס וועט זײַן דײַן פֿֿאַרדינסט אַלס מעקלערײַ־געלט "בני חיי ומזוני" ווערן איבערגעגבן אין דײַן האַנט. דו קענסט עס שענקען וועמען דו ווילסט און עס אויך אַוועקנעמען פֿון דעם וואָס איז נישט ראוי דערצו.

און איצט - פֿירט אויס דער צדיק זײַן סיפּור-המעשׂה - אויב דו וועסט פֿאָלגן צו דעם פּסק-דין איז גוט און ווען נישט וועל איך פֿון דיר אַוועקנעמען די "בני, חיי ומזוני". היט זיך, דו שפּילסט מיטן פֿײַער!"

אַ ציטער האָט אָנגעכאַפּט דעם ייִדן. ער איז אויסגעבראָכן אין אַ געוויין און אויסגערופֿן: "רבי, איך וועל שוין באַצאָלן מײַן חובֿ, האָט רחמנות אויף מיר!"

אַזוי וויינענדיק האָט ער אַרויסגענומען אַ געהעריקע סומע געלט און דערלאַנגט דעם צווייטן מעקלער, בעטנדיק מחילה פֿון אים און פֿונעם צדיק פֿאַרן צער וואָס ער האָט זיי פֿאַרשאַפֿט.