Yom Kippour: Les 13 attributs de la Miséricorde Divine - יום־כּיפּור: דער בונד פֿון די דרײַצן מידות

Laissez vous tenter par une autre causerie!
Yitzchok Zev Halevi Soloveitchik
1886 - 1959
יצחק זאב הלוי סאָלאָווייטשיק
-
מיט וועמען שליסט דער אייבערשטער אַ בונד?

שמות (ל"ג, י"ט) וַיֹּאמֶר, אֲנִי אַעֲבִיר כָּל-טוּבִי עַל-פָּנֶיךָ, וְקָרָאתִי בְשֵׁם ה', לְפָנֶיךָ; וְחַנֹּתִי אֶת-אֲשֶׁר אָחֹן, וְרִחַמְתִּי אֶת-אֲשֶׁר אֲרַחֵם.

טײַטש: „האָט ער געזאָגט: איך װעל מאַכן פֿאַרבײַגײן אַל מײַן גוטסקײַט פֿאַר דײַן פּנים, און איך װעל אױסרופֿן פֿאַר דיר דעם נאָמען יקוק, און איך װעל לײַטזעליקן װעמען איך װעל לײַטזעליקן, און װעל דערבאַרעמען װעמען איך װעל דערבאַרעמען.”

"מען מוז דערקלערן װאָס האָט משה רבינו געבעטן בײַם רבונו־של־עולם און װאָס האָט ער אים צוריקגעענטפֿערט. משה רבינו האָט געבעטן בײַם אײבערשטן, ער זאָל אים מאַכן װיסן זײַנע װעגן װי ער פֿירט אײַן דאָס פֿאָלק און מיט װעלכן שׂכר וועט ער פֿאַרגעלטן די װאָס האָבן געפֿונען חן אין זײַנע אויגן.

"משה רבינו האָט געזאָרגט װאָס װעט געשען אין פֿאַל װען ייִדן װעלן זיך פֿאַרזינדיקן אויף אַזוי ווײַט אַז ער װעט זײ מער נישט פֿאַרגעבן אױף זײערע זינד און זײ אין גאַנצן פֿאַרטיליקן.

"מען מוז באַטראַכטן װאָס איז די סגולה פֿון די דרײַצן מידות־הרחמים?

" ס'שטײט דאָך בפֿירוש געשריבן אין ספֿר־יונה: (ד', א') "וַיֵּרַע אֶל-יוֹנָה, רָעָה גְדוֹלָה; וַיִּחַר, לוֹ. וַיִּתְפַּלֵּל אֶל-ה' וַיֹּאמַר, אָנָּה ה' הֲלוֹא-זֶה דְבָרִי עַד-הֱיוֹתִי עַל-אַדְמָתִי--עַל-כֵּן קִדַּמְתִּי, לִבְרֹחַ תַּרְשִׁישָׁה: כִּי יָדַעְתִּי, כִּי אַתָּה קֵל-חַנּוּן וְרַחוּם, אֶרֶךְ אַפַּיִם וְרַב-חֶסֶד, וְנִחָם עַל-הָרָעָה." זעט דאָך אױס אַז ס'געפֿינען זיך אױך בײַ די אומות העולם אָט די מידות. טאָ װאָס איז דער חילוק צװישן ישׂראל און די אומות, און מחמת װאָס האָט יונה זיך אױפֿגערעגט דערױף.

אויף דעם זאָגט די גמרא, אין מסכת ראָש־השנה דף י"ז: „רבֿ יהודה זאָגט ברית כרותה לי"ג מדות [אַ בונד איז געשלאָסן געוואָרן מיט די דרײַצן מידות] שאינן חוזרות ריקם [אַז זײ קערן זיך ניט אום אָן אַן אָפּענטפֿער] װי עס שטײט׃ (שמות לד, י) "הִנֵּה אָנֹכִי כֹּרֵת בְּרִית"

און דאָך האָט דער אײבערשטער געשלאָסן דעם בונד נאָר מיט ישׂראל, אָבער די אומות האָבן אויך אַ טײל אין דעם.

דעמאָלט האָט זיך דער אײבערשטער אײַנגעװיקלט אין אַ טלית ווי אַ חזן װאָס דאַװנט פֿאַרן עמוד, און ער האָט געװיזן צו משה רבינו װי אַזױ מען זאָל תּפֿילה טאָן און ניט אַװעקגײן לײדיק…

„וַיֹּאמֶר אֲנִי אַעֲבִיר כָּל טוּבִי עַל פָּנֶיךָ”

איך װעל מאַכן פֿאַרבײַגײן אַל מײַן גוטסקײט פֿאַר מײַן פּנים…

פֿון דעם ברית פֿון די דרײַצן מידות געניסן די ייִדן װאָס טוען תּשובֿה אין משך פֿון אַלע דורות. דעם באַשעפֿערס דערבאַרמקײט איז אײַנגעזעצט בײַ זיי פֿון תּמיד אָן.