9 Av: Le Voyant de Lublin - תּשעה־באָבֿ: געדאַנקען פֿון דעם לובלינער חוזה

Yaakov Yitzhak Horowitz: Le Voyant de Lublin
1745 - 1815
רבי יעקבֿ־יצחק הלוי האָראָוויץ: דער לובלינער חוזה
-
דער רבי פֿון אַלע רביים

ווער האַלט אָפּ די גאולה?

"נפֿלאות הרבי" סימן קסט

דער הייליקער ייִד - רבי יעקבֿ־יצחק פֿון פּשיסכע האָט פֿאַרציילט:

איין מאָל האָט דער חוזה פֿון לובלין שטאַרק אויסגעקוקט אויף דער גאולה, זי זאָל שוין קומען הײַיאָר, עס איז אים אָבער נישט געלונגען.

וואָס איז געווען די ריכטיקע סיבה?

פּשוטע מענטשן האָבן שוין געטאָן אַ תּשובֿה גמורה, און פֿון זייערט וועגן וואָלט שוין געקענט זײַן אַ גאולה שלימה.

טאָ ווער האַלט אָפּ אַז מע זאָל אַראָפּשיקן דעם מלך־המשיח?

נאָר דער עיקר אָפּהאַלט, שטערונג, קומט פֿון די "אַנשי מעלה" די חשובֿע לײַט. זיי קומט אָן שווער צו אויסלײַטערן זיך פֿון דער גשמיותדיקער וועלט און קומען צו שפֿלקייט און הכנעה.

און דערפֿאַר קענען זיי ממילא נישט דערגיין צו דער מדריגה פֿון תּשובֿה גמורה.

האַלטן פֿון זיך

רבי צדוק־הכּהן פֿון לובלין האָט פֿאַרציילט:

ווי דער רבי פֿון לובלין פֿלעגט יעדן אין דער פֿרי זאָגן: מיר זענען אָנגעזאָגט געוואָרן צו געדענקען דעם מעמד הר־סיני, די קבלה פֿון "נעשה ונשמע ", און דאָס מיינט "הריני מקבל עלי להיות אָדם טובֿ".

אַ ייִד טאָר קיין מאָל נישט זאָגן, איך בין צו שוואַך און איך האָב נישט קיין כּח, נאָר פּונקט פֿאַרקערט, ער זאָל זיך אַרײַננעמען אין קאָפּ די ווערטער פֿונעם רבין פֿון לובלין ("זאת זכּרון") וואָס ער האָט נאָכגעזאָגט אין נאָמען פֿונעם מעזריטשער מגיד אויפֿן פּסוק "הן עם כּלבֿיא יקום וכארי יתנשׂא" (במדבר כּג, כּד), טײַטש: „זע אַ פֿאָלק וואָס שטייט אויף ווי אַ לייבינטע, און הייבט זיך אויף ווי לייב”

דער לייב, אַ זכר, איז שטאַרקער ווי די לייביכע, אַ נקיבֿה; ממילא, אויב דער שוואַכער שטאַרקט זיך, גיט מען אים כּח פֿון הימל ביז ער ווערט אַזוי שטאַרק ווי אַ לייב.

ווײַל מיר ווייסן דאָך אַז "הבא לטהר מסייעין אותו" (שבת קד.)

באר היטבֿ - קלאָר צי גוט?

וכתבת על האבנים את כל דברי התורה הזאת באר היטב (דב' כּז, ח)

טײַטש: „און זאָלסט אויפֿשרײַבן אויף די שטיינער אַלע ווערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה זייער קלאָר”

דער 'יִשׂמח משה' האָט איבערגעגעבן אינעם נאָמען פֿון דעם לובלינער חוזה, דעם ריכטיקן טײַטש פֿון „באר היטבֿ”

פִּיהָ פָּתְחָה בְחָכְמָה וְתוֹרַת חֶסֶד עַל־לְשׁוֹנָהּ (משלי לא, כו)

טײַטש: איר מױל עפֿנט זי מיט חכמה, און די לערנונג פֿון גענאָד איז אױף איר צונג.

דער ריכטיקער טײַטש פֿון „באר היטבֿ” איז מבֿאר זײַן די תּורה אויף אַן אופֿן פֿון חסד, גענאָד, גוטס און צו ברכה.