Hanoucca: Le Czernovitzer - Rabbi 'Hayim Tirer
חנוכּה: דער טשערנאָוויצער - רבי חיים טירער

Le Czernovitzer - Rabbi 'Hayim Tirer
1740 - 1813
דער טשערנאָוויצער - רבי חיים טירער
-

Biographie

 

רבי חיים טירער - דער טשערנאָוויצער
Le Czernovitzer - Rabbi 'Hayim Tirer
מחבר פֿונעם ספֿר באר-מים-חיים
Auteur du Beer Mayim ‘Hayim

ר' חיים טירער, דער טשערנאָוויצער רבֿ, איז געבוירן געוואָרן אין יאָר תּ״ק - 1740 אין אַ דאָרף לעבן בעטשאָטש - אוקראַיִנע.
זײַן פֿאָטער - ר' שלמה - איז שוין געווען אַ תּלמיד פֿון דעם האָראָדענקער צדיק. און ר' חיים איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם מעזעריטשער  מגיד און אויך פֿון רבי ר' יחיאל-מיכל פֿון זלאָטשעוו.
אַלע יאָרן געדינט ווי אַ רבֿ אין אַ סך שטעט אין גאַליציע, בוקאָווינע און דער עיקר אין טשערנאָוויץ.
מיט גרויס איבערגעגעבנקײַט האָט ער באַקעמפֿט "די נײַע ווינטן" און אַקעגנגעשטעלט אַן אַקטיוון ווידערשטאַנד די גזירות פֿון דער עסטרײַכער מלוכה אויפֿן הייליקן געביט פֿון חינוך-הבנים.


ער האָט געפּסקנט די עלטערן זאָלן נישט שיקן זייערע קינדער אין די מלוכישע שולן און צוליב דעם געמוזט אויפֿגעבן דעם כּיסא-הרבנות און פֿאַרלאָזן די שטאָט טשערנאָוויץ.
אַ צײַט געדינט אַלס רבֿ אין פֿאַרשידענע שטעט ביז ער איז אין יאָר תּקע״ג אָנגעקומען אין ארץ-ישׂראל און זיך באַזעצט אין צפֿת.
דאָרטן איז ער נפֿטר געוואָרן כּ"ז כּסלו תּקע"ז.
מען פֿלעגט אים רופֿן "איש-השבת" ווײַל פֿון מיטוואָך אָן, פֿלעגט ער זיך אַרומדרייען צווישן די קלייטן און זוכן צו אײַנקויפֿן געשמאַקע מאכלים אויף שבת.

די וועלט דערציילט אַז דער באר-מים-חיים איז געווען יעדער שבת-קודש מיט צוויי קעפּ העכער ווי אַ גאַנצע וואָך, מע פֿלעגט אים זען ערבֿ-שבת איידער ער איז געגאַנגען אין מקוה, און ווען ער איז צוריקגעקומען פֿון מקוה, האָט ער אויסגעזען ממש ווי אַ צווייטער מענטש, סײַ מיט זײַן הייך און סײַ מיט זײַן געשטאַלט.

ער האָט מחבר געווען די ספֿרים:


  • "באר-מים-חיים" על התּורה, דרושים אויף דער סדרא פֿון דער וואָך על-פּי הסוד.
  • "סידורו של שבת" , דרשות וועגן שבת.
  • "שער-התּפֿילה" , אויף די צען לשונות פֿון תּפֿילה און די כּוונות פֿונעם דאַווענען.
  • "ארץ-החיים"דרושים אויפֿן תּנך.
רבי חיים טירער - דער טשערנאָוויצער
Le Czernovitzer - Rabbi 'Hayim Tirer
מחבר פֿונעם ספֿר באר-מים-חיים
Auteur du Beer Mayim ‘Hayim

L'audio arrive bientôt...