הרב יעקבֿ־יוסף כ"ץ (תּנ"ה, 1695 - כּ"ד תּשרי תּקמ"ב, 1781) ״דער תולדות״ אַ תּלמיד און ממשיך דרכו פֿונעם בעש"ט, מחבר פֿונעם ספֿר על התּורה "תּולדות יעקבֿ־יוסף". זייַנע ספֿרים:
איידער דער תּולדות יעקבֿ־יוסף איז געוואָרן איינער פֿון זײַנע גרעסטע תּלמידים, האָט דער בעל־שם־טובֿ אַ מאָל גערעדט מיט אים וועגן אמונה אין השגחה־פּרטית, אַז אויף יעדער זאַך אויף דער וועלט איז דאָ השגחה־פּרטית פֿון הימל, וווּ עס זאָל נישט רוען און וווּ עס זאָל זיך נישט רירן.
אַזוי אויך יעדע פּאַסירונג וואָס קומט פֿאָר מיטן מענטשן, איז נישט קיין צופֿאַל נאָר דער אייבערשטער "רעדט" צו אים כּדי עפּעס מרמז וואָס איז אים נוגע.
אַזוי רעדנדיק, איז אַרײַנגעקומען אַ טעפּער וואָס פֿלעגט פֿאַררעכטן צעבראָכענע כּלים, ער האָט זיך געוואָנדן צום בעל־שם־טובֿ און אים געפֿרעגט:
"ישׁראליק, האָסטו עפּעס צו פֿאַררעכטן".
האָט דער בעל־שם־טובֿ אים געענטפֿערט:
"ניין, כ'האָב נישט קיין שום זאַך וואָס מ'דאַרף פֿאַררעכטן".
תּוך כּדי דיבור, האָט דער בעל־שם־טובֿ זיך אומגעקערט צום תּולדות:
"האָט איר דערהערט דעם 'בת־קול'
וואָס דער אייבערשטער האָט אונדז דאָ געלאָזט הערן, דורכן טעפּערס מויל?
אויב איר וועט גוט נאָכקוקן און אונטערזוכן אײַערע מעשׂים, וועט איר שוין געפֿינען וואָס צו פֿאַררעכטן און נאָך מער, וויסן זאָלט איר אַז אַפֿילו ווען אַ פּשוטער מענטש רעדט צו אײַך, איז אויך אין דעם פֿאַראַן אַ 'רוף' פֿון הימל, פּונקט ווי עס איז דאָ געשען. דער טעפּער איז געקומען כּדי מיך מעורר צו זײַן.
טייל מאָל דאַכט זיך פֿאַרן מענטשן אַז ער איז גאַנץ אין זײַנע מעשׂים און אין זײַנע וועגן, און ער נויטיקט זיך נישט אין קיין 'תיקון', אָבער אויב ער וועט זיך גוט נאָכקוקן אין די 'צימערן' פֿון זײַן נשמה, וועט ער טרעפֿן אַ סך זאַכן וואָס זענען נישט בשלימות, און מע דאַרף זיי פֿאַררעכטן".
לכתחילה, האָט דער תּולדות נישט געוואָלט אָנננעמען די שיטה אין עבֿודת־השם. ער האָט זיך געוווּנדערט,ַ צי איז דען מעגלעך, אַז ס'איז דאָ השגחה־פּרטית אויך אין די ווערטער פֿון אַ פּראָסטן מענטשן, מיר זאָלן זיך צו זיי צוהערן?
און ער האָט זיך אָנגערופֿן:
"איך קען נישט אָננעמען זײַנע ווערטער".
האָט דער בעל־שם־טובֿ אים געזאָגט:
"זאָגט נישט, 'איך קען נישט', נאָר 'איך וויל נישט' "...
און דער תּולדות איז צוריקגעפֿאָרן אַהיים .
אויפֿן וועג אַהיים, האָט ער באַמערקט אַ וואָגן אָנגעפּאַקט מיט שטרוי און היי, וואָס האָט זיך איבערגעדרייט און דער גאַנצער באַשטאַנד האָט זיך אויסגעשפּרייט אויף דער ערד. האָט דער בעל־עגלה זיך געבעטן בײַם תּולדות, ער זאָל מקיים זײַן די מצוה "הקם תּקים", און אים העלפֿן אויפֿהייבן דעם וואָגן. דער תּולדות האָט זיך אַרויסגעדרייט זאָגנדיק, "איך קען דיר נישט העלפֿן, סע איז אַ צו שווערע לאַסט פֿאַר מיר". האָט דער בעל־עגלה אים צוריקגעענטפֿערט: "זאָּג נישט אַז דו קענסט נישט, נאָר דו ווילסט נישט, אויב דו וועסט וועלן, וועסטו קענען…"
די ווערטער פֿונעם בעל־עגלה זענען אים טיף אַרײַן אין די ביינער, אײַנזעענדיק ווי ריכטיק איז געווען דער הייליקער בעל־שם־טובֿ, ווען ער האָט געטענהט אַז אין יעדער פּאַסירונג ליגט אַ פֿאַרבאֳרגענעם פֿונק פֿון השגחה־פּרטית, "זאָּּּג נישט אַז דו קענסט נישט, נאָר דו ווילסט נישט, אויב דו וועסט וועלן, וועסטו קענען…" זענען אַ שליחות פֿון הימל
אויפֿן אָרט, איז דער תּולדות אויסגעדרייט, צוריקגעפֿאָרן צום בעל־שם־טובֿ זי"ע און געוואָרן פֿון זײַנע גרעסטע תּלמידים און זײַן יורש.
ר' יעקבֿ־יוסף פֿלעגט וויינען ט' באָבֿ צוליב דעם חורבן פֿון ירושלים. ער איז געווען זייער שוואַך, כּמעט נפֿטר געוואָרן.
אַ ניסיון:
דער שׂטן איז געקומען און געזאָגט:
"עס אַ פֿרוכט". ער האָט כּמעט געגעסן, שוין געזאָגט די ברכה און פּלוצלינג האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז דאָס איז אַ קונץ פֿון יצר־הרע.
דער שׂטן וויל ער זאָל מחלל זײַן תּשעה־באָב.
ער איז געווען טרויעריק ווײַל ער האָט געזאָגט אַ ברכה לבטלה און אַוועקגעשיקט דעם שׂטן.
רבי יעקבֿ־יוסף איז נפֿטר געוואָרן כּ"ד תּשרי תּקמ"ב - 1782.
ער האָט געפֿרעגט דעם בעשט: ווען איז מײַן צײַט?
האָט ער געענטפֿערט:
"ווען אַ מענטש וועט דיך מנצח זײַן מיט זײַנע ווערטער".
דאָס איז געשען שׂמחת־תּורה תּקמ"ב.
אַ פּשוטער ייִד האָט געטאַנצט מיט דער תּורה.
האָט דער ייִד געענטפֿערט:
"איך פֿריי זיך מיט דער שׂמחה פֿון מײַנע ברידער, די בני־ישראל".
דער פּאָלנער האָט פֿאַרשטאַנען אַז דאָס איז די צײַט אַוועקגיין פֿון דער וועלט.