Yom Kippour: Rabbi Yitzchok Zev Soloveitchik
יום־כּיפּור: ר' יצחק־זאבֿ װעלװל סאָלאָװײטשיק

Retrouvez les autres Yortsayt!
Rabbi Yitzchok Zev Soloveitchik
1886 - 1959
ר' יצחק־זאבֿ װעלװל סאָלאָװײטשיק
-

תּולדות־אָדם

 

 

הגרי"ז - דער בריסקער רבֿ
הגרי"ז - הרב מבריסק
מגדולי רבני שיטת בריסק

דער בריסקער רבֿ יצחק־זאב הלוי סאָלאָווייטשיק (באַקאַנט ווי דער גרי״ז אָדער ר' וועלוול) איז געבוירן געוואָרן כּ"ט תּשרי תּרצ"ז אין בריסק און איז נפֿטר געוואָרן ט' תּשרי תּש"ו אין ירושלים.
ער שטאַמט פֿון אַ מיוחסדיקער רבנישער משפּחה.
זײַן פֿאָטער - רב חיים איז געווען דער רבֿ פֿון בריסק און דער ראָש־ישיבֿה פֿון דער וואָלאָזשינער ישיבֿה, זײַן מוטער ליפֿשע, די טאָכטער ​​פֿון רבֿ רפֿאל שאַפּיראָ, שוין אַלס אַ קינד האָט מען בײַ אים דערקענט עילוישע פֿעיִקייטן.
נאָך זײַן פֿאָטערס פּטירה איז ער געוואָרן דער ראָש־ישיבֿה און דער רבֿ פֿון שטאָט.
אין די מלחמה יאָרן איז ער אַנטלאָפֿן קיין ווילנע און אין יאָר תּש"א אָנגעקומען קיין ירושלים.
ער האָט ווײַטער ממשיך געווען מסורת אַבֿותיו, די בריסקער שיטה אין לימוד: טיף באַהאַנדלען און צעברעקלען די הלכה סיבות ביזן יסוד.
בײַם פּסקנען הלכות ווי בײַם קיום המצוות איז געווען אַ גרויסער מחמיר.

זײַנע ספֿרים:

  1. חידושי מרן רי"ז הלוי על הרמב"ם
  2. חידושי הגרי"ז למסכתות שבסדר קודשים
  3. חידושי הגר"ח והגרי"ז
  4. חידושי מרן רי"ז הלוי על התּורה
  5. חידושי הגרי"ז על התורה (רשימות תּלמידים ממרן על התּורה)
  6. רשימות תּלמידים ממרן על נ"ך וסידור התּפֿילה
  7. אגרות מרן רי"ז הלוי
  8. מבית לוי - על הגדה של פּסח

ער פֿלעגט זאָגן:
"דער ביליקסטער אויסצאָל איז געלט, דער טײַערסטער איז צײַט"
אויב אַ מענטש זאָגט צו זיך: 'אַַזאַ נאַרישקייט! עס איז מיר אַרויסגעפֿאַלן געלט פֿון דער קעשענע ווײַיל עס האָט אַ לאָך, און כ'האָב עס נישט צוגענייט תּיכּף ווען עס האָט זיך צעריסן', איז דאָס אַ בחינה פֿון 'כּפֿירה' אין דער הנהגה פֿונעם באַשעפֿער אויף דער וועלט. אלא מה? דער מענטש דאַרף צו זיך זאָגן: 'וויבאַלד דער אייבערשטער האָט געוואָלט אַז איך זאָל פֿאַרלירן דאָס געלט, איז אין מײַן קעשענע געוואָרן אַ לאָך.
„עס שטייט אין שולחן־ערוך אַז עס איז נאָך טאָג, איז עס נאָך טאָג”
דער רבֿ יחזקאל אַבֿראַמסקי האָט געפֿרעגט דעם בריסקער רבֿ הגרי״ז (וועלכער פֿלעגט מחמיר זײַן לויט שיטת רבינו־תּם):
- ווי אַזוי קען מען פֿאַרשטיין די שיטה פֿון רבינו תּם לגבי צאת הכוכבֿים, אַז מ'קוקט אויפֿן הימל זעט מען דאָך אַזַ די זון איז שוין פֿון לאַנג אונטערגעגאַנגען, ווי אַזוי קען מען זאָגן אַז ס'איז נאָך טאָג?
האָט דער בריסקער רב אים געענטפֿערט:
- מ'קוקט נישט אַרויף אויפֿן הימל צו באַשטימען די מציאות, נאָר מ'קוקט אַרײַן אין שולחן־ערוך, אויב עס שטייט אין שולחן־ערוך אַז עס איז נאָך טאָג, איז עס נאָך טאָג.

הגרי"ז - דער בריסקער רבֿ
Le "GRY"Z" - Le rabbin de Brisk
Parmi les maîtres de l'école de Brisk (Brest-Litovsk)