Hanoucca: Bnei-Yissochor - חנוכּה: בני־ישׂשׂכר

Retrouvez tous nos livres
Auteur: Tsvi Elimelech Shapira
Lieu: Zhovkva
Date: 1850
מחבר: רבי צבֿי־אלימלך שאַפּיראַ
אָרט: זשאָלקעווע
דאַטע:
icone-musique בני־ישׂשׂכר
Bnei-Yissochor

Bientôt le fichier audio...

lien
Cliquez sur l'un de ces liens pour lire en ligne, télécharger ou imprimer ce livre:

Bnei-Yissochor - בני־ישׂשׂכר

Ancienne édition
Edition digitale

בני־ישׂשׂכר
Bnei-Yissochor
רבי הערש־מלך שאַפּיראַ - דער בני־ישׂשׂכר

רבי הערש־מלך שאַפּיראַ איז געבוירן אין יאָר תּקמ"ג, זײַן מוטער איז געווען אַ פּלימעניצע פֿון רבי אלימלך פֿון ליזשענסק.

עס ווערט דערציילט אַז דער צדיק רבי אלימלך האָט געזאָגט צו זײַן מוטער אַז ווען איר קינד וועט געבוירן ווערן זאָל זי אים רופֿן מיטן נאָמען אלימלך אַזוי ווי ער, די מוטער האָט אָבער געהאַט מורא און אים אַ נאָמען געגעבן "צבֿי־אלימלך", דאַן האָט רבי אלימלך געזאָגט: "אַ הירש איז נישט קיין מלך" דעריבער וועט ער זײַן אַ האַלבער אלימלך.

רבי הערש־מלך איז געווען רבֿ אין צען פֿאַּרשידענע שטעט, ווען ער איז אויפֿגענומען געוואָרן, האָט ער אַרײַנגעשטעלט דיינים, און ווײַטער געזוכט אַ פֿרישע רבנות. אין עלטער פֿון זעכצן יאָר, איז ער שוין געווען דיין אין דינעוו. צום סוף איז ער געווען צוריק אַ רבֿ אין דינעוו.

רבי הערש־מלך איז נפֿטר געוואָרן י"ח טבֿת תּר"א, אין עלטער פֿון זיבן און פֿופֿציק יאָר.

פֿאַרפֿאַסט זייער אַ סך ספֿרים.

צווישן זיי:

  • אגרא־דכּלה ־ על התּורה
  • אגרא־דפּרקא ־ שנ"ב ענינים
  • אַּזהרות מהרצ"א ־ מוסר
  • בני־ישׂשׂכר ־ שבת, מועדים, חודשי־השנה
  • דרך־פּקודיך ־ על תּרי"ג מצוות
  • טעמי־המצות
“ספֿר "בני־ישׂשׂכר

דער ספֿר בני־ישׂשׂכר איז אויסגעשטעלט לויטן ייִדישן לוח: שבת און יום־טובֿים.

די דרשות קלערן אויף דעם מהות פֿונעם חודש, זײַן מזל און דעם שבֿט וואָס איז מיט אים פֿאַרבונדן, על־פּי קבלה.

די חדשים כּסלו־טבֿת זענען דער עיקר געווידמעט דעם יום־טובֿ חנוכּה ווײַל דער מחבר האָט געפֿילט אַ טיפֿע גײַסטיקע דערהויבנקייט אין אָט דעם יום־טובֿ.

דער נאָמען פֿונעם ספֿר נעמט זיך פֿון אַ פּסוק אין דבֿרי־הימים א' יב'/ לב' :

וּמִבְּנֵי יִשָּׂשׂכָר יוֹדְעֵי בִינָה לָעִתִּים לָדַעַת מַה יַּעֲשֶׂה יִשְׂרָאֵל....

טײַטש: און די קינדער פֿון ישׂשׂכר, די וואָס האָבן זיך פֿאַרשטאַנען אויף די צײַטן, צו וויסן וואָס ישׂראל דאַרף טאָן...

צווישן די קרובֿים און תּלמידים ווערט צוגעגעבן נאָך אַ טעם, דער חוזה פֿון לובלין זאָלן אים האָבן געזאָגט אַז שורש נשמתו איז פֿון שבֿט ישׂשׂכר.