Langue Étrangère - Adulte:

Unité 3 > Leçon 3
די משפּחה > קינדער - די גאָלדענע קייט
La famille > Les enfants: La chaîne des générations
 
  • Dans cette partie, le plan de l'unité entière est détaillé pour les 4 leçons qui composent cette unité.
  • Le plan accompagne l'enseignant tout au long de l’unité. Il permet de situer chaque module par rapport à l’ensemble de l'unité.
  • La durée de chaque module est donnée à titre indicatif, elle peut varier en fonction de la classe; le temps de correction n'y est pas inclus. 
  • Il est toujours conseillé de travailler en groupe ou en binôme.
  • Les réalisations individuelles sont à partager avec le groupe pour tirer le plus grand profit de l’enseignement.

דריטער אייינס: די משפּחה

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

באַקענען זיך מיט די משפּחה־באַגריפֿן, פֿאָרשטעלן די משפּחה, פֿירן אַ שמועס איבער אַ משפּחה־בילד, זיך באַנוצן מיט די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען איינצאָל, שטעלן פֿראַגעס. פֿאַרשטיין און ענטפֿערן יאָ / ניין אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן אַ משפּחה־בילד און פֿרעגן: וואָס איז דאָס? ווער זענען זיי? מאָטיווירן די תּלמידים צו טרעפֿן די נײַע טעמע.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער...
הענגט אויף אויפֿן טאָוול די נײַע ווערטער מיט די פּאַסיקע בילדער, ווענדט זיך צו יעדער תּלמידה מיט דער פֿראַגע: ווער זענען זיי? שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול יעדן נײַעם זאַץ.
זיך צוהערן און שטעלן פֿראַגעס אויפֿן פֿילמעלע. לייענען דעם שמועס, לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך וועגן זייער משפּחה. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער אין זאַצן. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר. לייגן דעם טראָפּ אויפֿן סדר פֿון זאַץ און די אַרטיקלען. איינצאָל: דער - די - דאָס / מערצאָל: די. תּמיד פֿאַרשרײַבן דעם אַרטיקל מיטן זאַכוואָרט צוזאַמען.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, די תּלמידות זאָלן אַליין דערגיין צום כּלל. מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה, און בכּתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּילן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די נײַע ווערטער אין זאַצן.
שפּיל: ווער זענען זיי? זיך שפּילן מיט בילדער: זיי צופּאַסן דאָס ריכטיקע וואָרט.
אָנהייבן צונויפֿשטעלן דעם אייגענעם משפּחה־בוים.
קולטור־ווינקל: משפּחה־נעמען בײַ ייִדן.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

המשך פֿון דער טעמע : די משפּחה. פֿאַרברייטערן די משפּחה־באַגריפֿן, שטייגער לעבן, פֿירן אַ שמועס איבער אַ שידוך, זיך באַנוצן מיטן פּאָסעסיוו מיט 'ס', בייגן דעם ווערב האָבן, מערצאָל פֿון משפּחה־נעמען, פּראַקטיצירן די נומערן ביז דרײַסיק, און שטעלן פֿראַגעס: ווי אַלט..? וויפֿל ..? פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער פֿון מענטשן און פֿרעגן: ווי אַלט זענען זיי? ווער זענען זיי? מאָטיווירן די תּלמידים צו שמועסן.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער…
מיר לייגן דעם טראָפּ אויפֿן צוהערן זיך. ווײַזן דאָס פֿילמעלע און שטעלן פֿראַגעס. אָנשרײַבן די נײַע ווערטער, דערגאַנצן מיט די נײַע ווערטער.
ווענדן זיך צו יעדער תּלמידה מיט דער פֿראַגע: ווי אַלט איז ער? ווי אַלט איז זי?
זען דאָס פֿילמעלע און ווידער זיך צוהערן און בעטן פֿון די תּלמידות צו שטעלן פֿראַגעס אויפֿן פֿילמעלע. לייענען דעם שמועס, לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך וועגן זייער משפּחה. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר. לייגן דעם טראָפּ אויף די אַרטיקלען: איינצאָל: דער - די - דאָס / מערצאָל: די.
תּמיד פֿאַרשרײַבן דעם אַרטיקל מיטן זאַכוואָרט צוזאַמען.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, די תּלמידות זאָלן אַליין דערגיין צום כּלל. מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה, און בכּתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּילן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די נײַע ווערטער אין זאַצן.
שפּיל: מיר זוכן אַ שידוך. אָנגרייטן צעטעלעך און צופּאַסן שידוכים.
ווײַטער צונויפֿשטעלן דעם אייגענעם משפּחה־בוים.
קולטור־ווינקל: אויסלערנען דאָס ליד: עפֿן דעם טויער.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

המשך די משפּחה. פֿאַרברייטערן די משפּחה־באַגריפֿן, שטייגער לעבן, שמועסן אַרום דער טעמע פֿון פֿאַרשיידענע קוקווינקלען: זיידע־באָבע, זיך באַנוצן מיט אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, שטעלן פֿראַגעס .פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן דעם בילד ווי צוויי באָבעס שמועסן און שטעלן די פֿראַגע: וועגן וואָס שמועסן זיי?
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער…
מיר לייגן ווײַטער דעם טראָפּ אויפֿן צוהערן זיך. ווײַזן דאָס פֿילמעלע און שטעלן פֿראַגעס. נאָך דעם ווײַזן פֿאַרשטילט און שטעלן פֿראַגעס: ווער איז ער / זי? וועמענס אייניקל, פּלימעניק?...
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, די תּלמידות זאָלן אַליין דערגיין צום כּלל. מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה, און בכּתבֿ, זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּילן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די נײַע ווערטער אין זאַצן.
שפּיל: לויס־משפּחה. אָנגרייטן צעטעלעך און צופּאַסן דעם נאָמען צום וואָרט (שמות, פּרק ו' טו-כּב).
גיין ווײַטער מיטן צונויפֿשטעלן דעם אייגענעם משפּחה־בוים.
קולטור־ווינקל: אויסלערנען דאָס ליד: האָבן מיר אַ ניגונדל.

פּלאַן פֿון דער לעקציע
Objectifs - צילן

המשך די משפּחה. איבערחזרן און פֿאַרברייטערן דעם ווערטער־אוצר אין דעם טאָגטעגלעכן לעבן פֿון אַן עופֿהלע. דער עיקר ווערבן, לאָזן די תּלמידות רעדן וועגן זייערע אייגענע זכרונות, שטעלן פֿראַגעס, פֿאַרשטיין און ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס.

סטרוקטור פֿון דער לעקציע
אַרײַנפֿיר: '5
ווײַזן בילדער פֿון אַן עופֿהלע און פֿרעגן: ווער איז ער, ווי אַלט איז ער? וואָס מאַכט ער? מאָטיווירן די תּלמידים צו טרעפֿן די נײַע טעמע.
גוף פֿון דער לעקציע: '45
די לערערקע באַגריסט דעם קלאַס, שרײַבט אָן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז… לעקציע נומער…
לייגן דעם טראָפּ אויפֿן צוהערן זיך. ווײַזן די בילדער און שטעלן פֿראַגעס. אָנשרײַבן די נײַע ווערטער אויפֿן טאָוול.
ווענדן זיך צו יעדער תּלמידה מיט דער פֿראַגע: ווי אַלט איז דאָס עופֿהלע? וואָס מאַכט ער? וואָס וויל ער?
לייענען די מעשׂה, לאָזן די תּלמידות שמועסן צווישן זיך וועגן זייערע ערשטע קינדער־יאָרן. באַאַרבעטן די נײַע ווערטער. זיך אַרויסהעלפֿן מיטן ווערטער־אוצר, לייגן דעם טראָפּ אויפֿן סדר פֿון זאַץ, זיך באַנוצן מיט די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען איינצאָל און מערצאָל.
צוגיין צו דער גראַמאַטיק אינדוקטיוו, די תּלמידות זאָלן אַליין דערגיין צום כּלל. מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכּתבֿ, צוגרייטן ליכט־בילדער. זיך רעקאָרדירן אין צווייען און אויסשפּילן פֿאַרן גאַנצן קלאַס.
אויספֿיר: '10
איבערחזרן די נײַע ווערטער אין זאַצן.
פֿאָרשטעלן דעם אייגענעם משפּחה־בוים פֿאַרן קלאַס.
קולטור־ווינקל: משפּחה־לעבן בײַ ייִדן: ווערטלעך, וויצן, מנהגים און שטייגער־לעבן.
שפּיל: די תּלמידות שטעלן אויס פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זייער ערשט יאָר. מע דאַרף טרעפֿן ווער איז אויפֿן בילד, ווי אַלט, וואָס מאַכט זי, אאַז"וו….
 
  • La vidéo sous-titrée est accompagnée de la transcription du texte permettant à l'enseignant de suivre le déroulement de la leçon.
  • L'enseignant trouvera des encadrés visuels en gris avec des consignes et actions à réaliser pendant le cours.
Objectifs - צילן

אין דער לעקציע פֿאַרברייט מען דעם סדר־הלימוד און דעם ווערטער־אוצר פֿון טאָגטעגלעכן לעבן אין קלאַס.
מע בייגט נײַע ווערבן אין דער איצטיקער צײַט, מע פֿאַרפֿעסטיקט די נײַע ווערטער און די סינטאַקטישע סטרוקטורן.
דער שמועס ווערט געפֿירט אויף לשון־נקבֿה, נאָר פֿאַרשטענדלעך אַז מע קען עס צופּאַסן צו יעדער סיטואַציע. דאָס פֿילמעלע אילוסטרירט דעם גאַנג פֿון דער לעקציע.

...
Vidéo du cours
די גאָלדענע קייט
La chaîne des générations

 

icone pencil
לעקציע נומער דרײַ
די גאָלדענע קייט

דער לימוד אין קלאַס ווערט געפֿירט מיט אַ ריטואַל. באַגריסן דעם קלאַס, פֿאַרשרײַבן אויפֿן טאָוול די דאַטע: הײַנט איז זונטיק... חודש פֿון.. . לעקציע נומער… און איבערזאָגן צוזאַמען. זינגען די לידער , אאַז"וו…איבערחזרן דאָס געלערנטע.

צום באַמערקן: דער דריטער איינס איז געבויט אויף טאָפּלטע לעקציעס - צוויי מאָל 60 מינוט.

די לערערקע :
גוט־מאָרגן, תּלמידות!
די תּלמידות:
גוט־מאָרגן, גוט־יאָר לערערקע!


נישט פֿאַרגעסן: בײַ גלײַך מיט דער פֿאָרמע: מיר / זיי זײַנען, איר זײַט. ווערט אויך גענוצט די פֿאָרמע: מיר / זיי זענען, איר זענט.

ערשטער שטאַפּל:
ווײַזן דעם בילד ווי צוויי באָבעס שמועסן און שטעלן די פֿראַגע: וועגן וואֶס שמועסן זיי?
אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול די נײַע ווערטער

די משפּחה

דער
דער זיידע
די
די באָבע
דאָס
דאָס אייניקל
די
די אייניקלעך
די זיידע־באָבע

אָנווײַזן אויפֿן בילד:

די לערערקע:
ווער זענען זיי?
די תּלמידה:
זיי זענען צוויי באָבעס.
די לערערקע:
ווער מאַכן זיי?
די תּלמידה:
זיי שמועסן.
די לערערקע:
ריכטיק. די צוויי באָבעס שמועסן וועגן זי אייניקלעך. לאָמיר זען.

אויפֿן עקראַן ווערט פּראָיעקטירט דאָס פֿילמעלע ביז 0.45 מ', זיך גוט צוהערן און שטעלן פֿראַגעס:

די לערערקע:
ווער זענען זיי?
די תּלמידה:
זיי זענען די באָבע און דער זיידע.
די לערערקע:
און ווער נאָך?
די תּלמידה:
די אייניקלעך.
די לערערקע:
וויפֿל אייניקלעך האָבן זיי?.
די תּלמידה:
פֿיר אייניקלעך.
די לערערקע:
וויפֿל ייִנגלעך?
די תּלמידה:
צוויי יינגלעך.
די לערערקע:
און וויפֿל מיידלעך?
די תּלמידה:
צוויי מיידלעך.
די לערערקע:
ריכטיק. צוויי ייִנגלעך און צוויי מיידלעך.

ווײַזן ווידער דאָס פֿילמעלע פֿאַרשטומט און שטעלן פֿראַגעס.

די לערערקע:
מיר האָבן אַ גרויסע משפּחה.

צווייטער שטאַפּל:

אָנשרײַבן אויפֿן טאָוול:

איינצאָל מערצאָל
דער מחותן
דער פּלימעניק
די פּלימעניצעס
דער פֿעטער
די מומע
דאָס שוועסטערקינד
די מחותנים
די פּלימעניקעס
די פּלימעניצע
די פֿעטערס
די מומעס
די שוועסטערקינדער

אָפטאַטיוו: זיך צוהערן צום המשך פֿונעם פֿילמעלע:1.35 מ ' ביזן סוף אָדער שמועסן ווייטער וועגן זייער אייגענער משפּחה.
די תּלמידות פֿירן אַַ שמועס צווישן זיך מיט דער פֿראַגע: ווי הייסט….? צי האָסטו אַ…? וויפֿל פֿעטערס...? וויפֿל מומעס...? וויפֿל פֿלימעניקעס? וויפֿל פּלימעניצעס…? וויפֿל שוועסטערקינדער…?
לייגן דעם טראָפּ אויף איך האָב אַ / איך האָב נישט קיין…

דריטער שטאַפּל:

איבערחזרן די נײַע ווערטער

1. אָנשרײַבן דאָס פֿאַרקערטע

די לערערקע:
ווער קומט צום טאָוול? דערגאַנצן דעם לוח
דער איידעם די
דער די מחותנת
דער מאַן די
דער פֿעטער די
דער די פּלימעניצע

פֿערטער שטאַפּל:

מע ברענגט אַרײַן די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען - איינצאָל און מערצאָל - אויף אַ פּאַסיוון אויפֿן, בײַם באַאַרבעטן דעם שמועס.

איינצאָל:
👦🔺
מײַן
דײַן
זײַן
איר
מערצאָל:
👦🔺🔺
מײַנע
דײַנע
זײַנע
אירע
👦👦🔺
אונדזער
אײַער
זייער
👦👦🔺🔺
אונדזערע
אײַערע
זייערע

זיך צוהערן און לייענען דעם שמועס פּאָרלעכווײַז.

מאַכן די אויפֿגאַבעס בעל־פּה און בכתבֿ.
אָפּטאַטיוו:
שפּיל: לויס־משפּחה. אָנגרייטן צעטעלעך און צופּאַסן דעם נאָמען צום וואָרט (שמות, פּרק ו' טו-כּב).

צום בײַשפּיל: אלישבֿע / אַהרנס ווײַב גיין ווײַטער מיטן צונויפֿשטעלן דעם אייגענעם משפּחה־בוים.
קולטור־ווינקל: אויסלערנען דאָס ליד: האָבן מיר אַ ניגונדל.
הײַנט באַקענען מיר זיך בעסער מיט דער משפּחה און לערנען די זאַכווערטער אין איינצאָל און מערצאָל.
אַ גוטן טאָג!
אַ שיינעם דאַנק!

 
  • Introduire, en groupe, la thématique"la famille".
  • Projeter le diaporama et/ou la vidéo en alternant avec et sans le son.
  • Faire répéter la conversation en sous-groupe et corriger.
  • Faire connaissance des expressions et chansons sur le thème de la famille. (voir TAB culture).
...
Vidéo de la conversation
קינדער - די גאָלדענע קייט
Les enfants: La chaîne des générations

 

icone pencil
שמועס נומער דרײַ
אַ שמועס
צוויי באָבעס שמועסן


מרת מינדל: שלום־עליכם!
מרת עטל: עליכם־שלום! וואָס מאַכסטו?
מרת מינדל: ברוך־השם גוט און דו?
מרת עטל: אויסגעצייכנט גוט, ברוך־השם!
מרת מינדל: וואָס מאַכן דײַנע אייניקלעך? צי קומען זיי?

 

מרת עטל: אַ סך נחת! דאָס בעסטע אייניקל אויף דער וועלט! און וואָס מאַכן דײַנע אייניקלעך?
מרת מינדל: וואָס פֿאַראַ פֿראַגע! די בעסטע אייניקלעך אויף דער וועלט אויך! אַ סך נחת!
מרת עטל: איך האָב איין אייניקל איז ער דער גרעסטער חכם! אַ דאָקטער און אויך אַן אַדוואָקאַט!
מרת מינדל: אויך אַ דאָקטער און אויך אַן אַדוואָקאַט! ווי קען דאָס זײַן?
מרת עטל: ווי דו הערסט!
מרת מינדל: ווי אַלט איז ער?
מרת עטל: שוין דרײַ יאָר אַלט.
מרת מינדל: וואָס רעדסטו?
מרת עטל: ווי דו הערסט!
מרת מינדל: האַ! אַ טשיקאַווע מעשׂה, בעזרת־השם, אַ סך נחת!
מרת עטל: ריכטיק, בעזרת־השם, דו וועסט זען!

icone conversation
Conversation

Écoute bien afin d'entendre la prononciation, l'intonation et le rythme !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

...
Diaporama en vidéo

 

Ce diaporama a été fait en format vidéo (PowerPoint).

 

  • Travail individuel.
  • Proposer aux élèves de s’enregistrer et ensuite faire écouter à la classe les enregistrements.
  • Vérifier la prononciation.

Le Point Voca de cette leçon

gendre דער איידעם - די איידעמס
petit-fils, petite-fille דאָס אייניקל - די אייניקלעך
grand-mère די באָבע - די באָבעס
grand-père דער זיידע - די זיידעס
grands-parents די זיידע־באָבע
parents par alliance דער מחותּן - די מחותּנים
encore נאָך
neveu דער פּלימעניק - די פּלימעניקעס
nièce די פּלימעניצע - די פּלימעניצעס
d'où? פֿון וואַנען?
oncle דער פֿעטער - די פֿעטערס
est-ce que? צי ?
venir קומען
exact ריכטיק
belle-mère די שוויגער - די שוויגערס
cousin, cousine דאָס שוועסטערקינד - די שוועסטערקינדער
beau-père דער שווער
beaux-parents שווער־און־שוויגער
bru די שנור - די שנורן

REMARQUE: Les noms sont indiqués au singulier et au pluriel, accompagnés par l'article défini qui permet de connaître le genre (masculin - דער, féminin - די, neutre - דאָס ).

La traduction d'un nom figure seulement au singulier.

icone conversation
Vocabulaire

Écoute bien afin d'entendre la prononciation et l'intonation puis, répète le mot écouté !

icone-micro
Révision

Teste-toi maintenant en t'enregistrant et en t'écoutant

 
  • Faire réaliser les exercices à l’oral et à l’écrit en binôme.
  • Si nécessaire, faire un récapitulatif des points grammaticaux et du vocabulaire utilisé.

 

Exercices Interactifs

Vocabulaire

Exercices Interactifs

Phrases

lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour imprimer ou télécharger cette page d'exercices au format pdf
 
  • Intégrer la grammaire graduellement après la pratique et l’acquisition de la conversation.
  • Faire un récapitulatif avant d’aborder les exercices.
גראַמאַטיק - Grammaire & קאָניוגאַציע - Conjugaison
ווערבן יוצא־מן־הכּלל האָבן
איך האָב
דו האָסט
ער, זי האָט
עס האָט
מען האָט
מיר האָבן
איר האָט
זיי האָבן

כּלל: בײַ דער צווייטער, דריטער פּערזאָן איינצאָל און צווייטער פּערזאָן מערצאָל פֿאַלט אַראָפּ דער אות בית פֿונעם שורש.

די אַרטיקלען
דער- די- דאָס
איינצאָל - נאָמינאַטיוו
נאָמינאַטיוו זכר
דער
נקבֿה
די
נייטראַל
דאָס

דער קלאַס איז אײַנגענעם.
די טעקע איז אויפֿן טיש.
דאָס בילד איז שיין.

די אַרטיקלען
דעם- די- דאָס
איינצאָל - אַקוזאַטיוו

  זכר נקבֿה נייטראַל
נאָמינאַטיוו דער די דאָס
אַקוזאַטיוו דעם די דאָס

דערדעם
דידי
דאָסדאָס

דער מענטש קױפֿט דעם ספֿר.
די רביצין זאָגט די תּחינה.
דאָס קינד לײענט דאָס בוך.

די אַרטיקלען
מערצאָל - אַקוזאַטיוו

נאָמינאַטיוו זכר
די
נקבֿה
די
נייטראַל
די
אַקוזאַטיוו די די די

דערדי
דידי
דאָסדי

די קלאַסן זענען אײַנגענעם.
די טעקעס זײַנען אויפֿן טיש.
די בילדער זענען שיין.

דער מענטש קויפֿט די ספֿרים.
די רביצין זאָגט די תּחינות.
דאָס קינד לייענט די ביכער.

1.יעדער זאַכוואָרט אין ייִדיש איז איינער פֿון די דרײַ מינים: זכר, נקבֿה, אָדער נייטראַל.
2. דער אַקוזאַטיוו באַצייכנט דעם דירעקטן אָביעקט פֿון זאַץ.
3. די איז דער אַרטיקל פֿאַר דער מערצאָל־פֿאָרמע אין אַלע קאַזוסן אין די דרײַ מינים.

מערצאָל פֿון משפּחה נעמען
משפּחה נעמען + ס = מערצאָל פֿון משפּחה נעמען

משפּחה שנײַדער = די שנײַדערס
משפּחה גאָלדבערג = די גאָלדבערגס

יוצא־מן־הכּלל: די שמולעוויטשעס
די שולצעס
די ווײַס

די גאָלדבערגס און די זילבערס זענען שכנים.
די שולצעס גײען צו די שנײַדערס פֿאַר פרישטיק.

ווערב וועלן
איך וויל
דו ווילסט
ער, זי וויל
עס וויל
מען וויל
מיר ווילן
איר ווילט
זיי ווילן

כּלל: 1. די דריטע פּערזאָן איינצאָל איז אָן דער ענדונג 'ט'.
2. איבערקלאַנג בײַ בייגן דעם ווערב:
דער אינפֿיניטיוו וועלן ווערט ⇽ווילן אין דער איצטיקער צײַט.

די פֿאַרקלענער פֿאָרמעס
סופֿיקסן איינצאָל

צוויי פֿאַרקלענער פֿאָרמעס
די ערשטע מדרגה ← סופֿיקס ל
די צווייטע מדרגה← סופֿיקס עלע

סופֿיקסן מערצאָל

צוויי פֿאַרקלענער פֿאָרמעס
די ערשטע מדרגה ← סופֿיקס לעך
די צווייטע מדרגה← סופֿיקס עלעך

  איינצאָל מערצאָל
  די העפֿט די העפֿטן
ערשטע מדריגה דאָס העפֿטל די העפֿטלעך
צווייטע מדריגה דאָס העפֿטעלע די העפֿטעלעך

די פֿאַרקלענער פֿאָרמעס
איבערקלאַנג

די גאַס דאָס געסל דאָס געסעלע
דער קאָפּ דאָס קעפּל דאָס קעפּעלע
דאָס בוך דאָס ביכל דאָס ביכעלע
דאָס אויג דאָס אייגל דאָס אייגעלע
דאָס הויז דאָס הזל דאָס הזעלע

אַ ← ע
אָ ← ע
ו ← י
ױ ← ײ
וי ← ײַ

אַ ניִואַנס אָדער אַ נײַעם באַטײַט

דער יונג - די יונגן - jeune homme די מויד - די מוידן - jeune fille
דאָס ייִנגל - די ייִנגלעך - garçon דאָס מיידל - די מיידלעך - fille
דאָס ייִנגעלע - די ייִנגעלעך - petit enfant דאָס מיידעלע - די מיידעלעך - petite fille
ווערב די װאַריאַנטן פֿונעם ווערב זײַן
מיר זײַנען זענען
איר זײַט זענט
זײ זײַנען זענען

בײַ גלײַך מיט דער פֿאָרמע: מיר / זיי זײַנען , איר זײַט.
ווערט אויך גענוצט די פֿאָרמע: מיר / זיי זענען, איר זענט.

אינעם צענטראַלן דיאַלעקט (פּױליש) און אין די דרומדיקע דיאַלעקטן ווערט גענוצט די פֿאָרמע: זענען, זענט.
דערקעגן אין די צפֿונדיקע (ליטװיש) און אין אַ טײל פֿון די דרום־מזרחדיקע דיאַלעקטן, די אַנדערע פֿאָרמע:
זײַנען, זײַט.

ביידע פֿאָרמעס זענען ריכטיק און גילטיק. בײַ הײַנטיקע חרדישע און חסידישע קרײַזן הערט מען ס'רוב: זענען, זענט

פּאָסעסיווע פּראָנאָמען
איינצאָל:
👦🔺
מײַן
דײַן
זײַן
איר
איינצאָל:
👦🔺🔺
מײַנע
דײַנע
זײַנע
אירע
👦👦🔺
אונדזער
אײַער
זייער
👦👦🔺🔺
אונדזערע
אײַערע
זייערע

כּלל: אין מערצאָל פֿון די פּאָסעסיווע פּראָנאָמען איז די ענדונג שטענדיק 'ע' ווי בײַ די אַדיעקטיוון

איר ברודער - אירע ברידער
זייער בוך - זייערע ביכער

פּאָסעסיוו מיט ס

נאָמען + ס = שייכות
הערשעלע האָט אַ פֿרײַנד = ער איז הערשעלעס פֿרײַנד.
ביילע האָט אַ שוועסטער = זי איז ביילעס שוועסטער.

פֿרעגווערטער
ייִדיש לשון־קודש
1. וואָס?
2. וואָסער?
3. וווּ?
4. ווי?
5. ווי אַלט..?
6. וויפֿל?
7. וועמענס?
8. ווער?
9. פֿאַר וואָס?
10.פֿון וואַנען?
11.פֿון װעמען?
12.צי?
1. quoi?
2. Lequel / laquelle ?
3. où?
4. comment?
5. quel age?
6. combien?
7. à qui?
8. qui?
9. pourquoi?
10. d'où?
11. de qui?
12. est-ce que?

 

L’objectif de cette partie est de faire connaître:

  • La place de la famille dans la vie juive.
  • Les expressions et chansons sur le thème de la famille.
  • Traditions et mode de vie.

Proverbe Yiddish

“גאָט זיצט אויבן און פּאָרעט שידוכים אונטן”

“גאָט זיצט אויבן און פּאָרעט שידוכים אונטן”

“Dieu, d’en Haut, forme les couples ici-bas ”

“Dieu, d’en Haut, forme les couples ici-bas”

באַטײַט: שידוכים אױף דער װעלט זענען דעם פּרי עמלו פֿונעם רבונו־של־עולם, כאָטש מיר האָרעווען און פּאָרענען זיך, ווערט צום סוף אַ זיװג געשלאָסן נאָר מיטן אייבערשטנס װיל און הילף. אַ גרױסער װוּנדער װאָס הקב"ה פֿאַרנעמט זיך מיט דעם זינט די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן.

La maison juive - דאָס ייִדישע משפּחה־לעבן
icone-music "האָבן מיר אַ ניגונדל"
נחום שטערנהיים

 

Paroles "שיר "האָבן מיר אַ ניגונדל

האָבן מיר אַ ניגונדל
אין נחת און אין פֿריידן,
זינגען מיר עס, זינגען מיר עס,
קלינגט עס אַזוי שיין.

דאָס האָט נאָך געזונגען די באָבע מיטן זיידן,
ווען זיי זײַנען קינדער נאָך געווען.

רעפֿרען:


אוי, אוי, אוי, אָט אַזוי זשע ווי דער ניגון קלינגט אַצינדער,

אַזאַ פֿריילעכס, אַזאַ פֿריילעכס זינגט זשע קינדער.
אָט אַזוי זשע ווי דער ניגון קלינגט אַצינדער,
אַזאַ פֿריילעכס לאָמיר אַלע גיין.


האָבן מיר אַ ניגונדל זינגען מיר צוזאַמען,
זינגען מיר עס, זינגען מיר עס,
קלינגט עס אַזוי שיין.

דאָס האָט נאָך געזונגען דער טאַטע מיט דער מאַמען,
ווען זיי זײַנען קינדער נאָך געווען.

רעפֿרען:
אוי, אוי, אוי, אָט אַזוי זשע ...


האָבן מיר אַ ניגונדל אין מזל און אין ברכה,
זינגען מיר עס, זינגען מיר עס,
קלינגט עס אַזוי שיין.

דאָס האָט נאָך געזונגען די גאַנצע משפּחה,
ווען זיי זײַנען קינדער נאָך געווען.

רעפֿרען:
אוי, אוי, אוי, אָט אַזוי זשע ...

icone video “האָבן מיר אַ ניגונדל”
נחום שטערנהיים
שיר "עפֿנט דעם טויער"
icone-music עפֿנט דעם טויער
קאַדיע מאָלאָדאָווסקי
icone-microParoles "שיר "עפֿנט דעם טויער
עפֿנט דעם טויער

עפֿנט דעם טויער, עפֿנט אים ברייט –
עס וועט דאָ דורכגיין אַ גאָלדענע קייט:
דער טאַטע, די מאַמע,
דער ברודער, די שוועסטער,

חתן־כּלה אין מיטן אויף אַ גאָלדענעם שליטן.

עפֿנט דעם טויער, עפֿנט אים ברייט –
עס וועט דאָ דורכגיין אַ גאָלדענע קייט:

דער זיידע, די באָבע,
דער פֿעטער, די מומע,

די אייניקלעך אין מיטן אויף אַ גאָלדענעם שליטן.

עפֿנט דעם טויער, עפֿנט אים ברייט –
עס וועט דאָ דורכגיין אַ גאָלדענע קייט:

באַרנעס און עפּל און האָניק אַ טעפּל
און אַ לעקאַך אַ געלער אויף אַ גאָלדענעם טעלער.

Allons plus loin !

ווערטל טײַטש מקור
די זין זענען געראָטן נאָך דער מוטערס ברודער La plupart des fils ressemblent au frère de la mère ב״ב קי
טאַטע־מאַמעס זינד קומט אָן דאָס קינד je punis la faute des pères sur les fils שמות כ׳, ה׳
גאָט זיצט אויבן און פּאָרעט שידוכים אונטן Dieu, d’en Haut, forme les couples ici-bas ב״ר סח

  1. קינדער ווי אין דאַוונען

    - האָסט עפּעס פֿײַנע קינדער בערל?
    - אָט פּונקט ווי אין דאַוונען: כּולם אהובֿים כּולם ברורים כּולם גיבורים כּולם קדושים… ליבינקע, שטאַרקע, ערלעכע....
    - וואָס דאַרף מען מער?
    - נאָר איין פֿעלער האָבן זיי: כּולם פּותחים את פּיהם...
    אַלע עפֿענען זייערע מײַלער און בעטן עסן.

  2. אַבֿרהם־אָבֿינו פֿאַרהיט זײַן זון פֿון אַ שוויגער

    "ויאמר אליו אַבֿרהם השמר לך פּן תּשיבֿ את בני שמה…" (בר' כּד/ ו)

    אַבֿרהם־אָבֿינו וואָרנט אָן זײַן קנעכט אליעזר ער זאָל נישט דערלאָזן זײַן בן־יחיד יצחק־אָבֿינו זיך אַריבערציִען קיין חרן.
    פֿון דעם איז צו זען די גרויסע חכמה פֿון אונדזער פֿאָטער אַבֿרהם־אָבֿינו. ער האָט געוואָלט פֿאַרהיטן זײַן זון פֿון אַ שוויגער.

  3. פֿאַר וואָס האָט יתרו זיבן נעמען?


    יתר, יִתרוֹ, חובֿבֿ, רעואל, חבֿר, פּוטיאל וקיני (מכילתא דרבי ישמעאל)
    "ולכהן מדין שבֿע בנות…" (שמות ב/ טז). אַ פֿאָטער וואָס איז געבענטשט מיט זיבן טעכטער חתונה צו מאַכן, איז נישט קיין וווּנדער אַז ער האָט זיבן נעמען. בײַ יעדער חתונה האָט ער גענומען אַן איידעם אויף קעסט, שפּעטער נישט געהאַט מיט וואָס צו דעקן דעם חובֿ און באַנקראָטירט, ממילא האָט ער געמוזט אָננעמען נאָך יעדער חתונה אַן אַנדערן נאָמען.
    זיבן טעכטער איז נישט קיין געלעכטער!

  4. מײַן קדיש


    אַ פֿאָטער איז אַרײַן אין תּלמוד־תּורה, געפֿינט ער ווי דער מלמד לערנט אײַן זײַנע בנים קדיש זאָגן, דערלאַנגט ער — אַ דערשטוינטער — אַ פֿרעג:
    - וואָס איז דאָס? וואָס עפּעס קדיש, דערווײַל בין איך דאָך נאָך נישט געשטאָרבן!

    - ס’מאַכט נישט, זאָל אײַך דאָס ניט אַרן, וואָרעם ביז וואַנען אײַערע קינדער וועלן קענען זאָגן גוט קדיש, וועט איר נאָך אויסלעבן אײַערע הונדערט־און־צוואַנציק יאָר.

דער מנהג פֿון באַדעקן די כּלה

פֿאַר דער חופּה איז דאָ אַ מנהג װען דער חתן קומט צו צו דער כּלה מיט צװײ עדים צו פֿאַרשטעלן איר פּנים מיט אַ דעקטוך.
דער דעקטוך בלײַבט אַזױ אױף דער כּלהס פּנים פֿאַרשטעלנדיק איר געזיכט סײַ װען מע פֿירט זי צו דער חופּה און סײַ װען דער חתן איז זי מקדש מיטן קידושין־רינגל.
דאָס דעקטיכל װערט דערמאָנט אין דער גמרא און אין דער משנה אַלס הינומא מיט װעלכער אַ בתולה איז געפֿירט געװאָרן צו דער חופּה.
רש"י דערקלערט אַז פּונקט אַזױ האָבן זיך ײִדן אין זײַנע צײַטן געפֿירט צו פֿאַרשטעלן דער כּלהס אױגן. תּוספֿות און די קומעדיקע מפֿרשים רופֿן אָן דאָס דעקטיכל װי אַן אַנדער סאָרט פֿון אַ חופּה און צוליב דעם מוז מען באַדעקן די כּלה מיט צװײ עדים.
אין מאײן (מערבֿ דײַטשלאַנד) און אין פּױלין פֿלעגט דער חתן קומען אין דער פֿרי פֿונעם חתונהס טאָג צו באַדעקן די כּלה.
אָט דער צניעותדיקער הלכהשער מנהג װאָס איז געװען פֿאַרשפּרײט אין אַשכּנז האָט דערצו אַ געהײמלעכן באַטײַט,
דאָס פּאָרפֿאָלק הײבט אָן צו באַקענען זיך אױף אַ צניעותדיקן אופֿן, און דאָס איז אַ רמז אױפֿן חתנס גרייטקײט צום באַשערטן זיװג.

 
  • L’objectif est de vérifier l'intégration du vocabulaire, de la grammaire et de l'expression orale.
  • Les apprenants travaillent individuellement en temps limité.
  • Corriger les activités en classe.
  • Ces activités permettront de réviser des points lexicaux, grammaticaux ou socioculturels.
lien
Cliquez sur le lien ci-dessous pour télécharger cette page d'exercices au format pdf