אין כעלעם איז אויסגעפֿאַלן דער ערשטער שניי. די כעלעמער האָבן זייער הנאה געהאַט. עס זעט אויס אַזוי שיין!
איבער נאַכט וועט די ערד באַדעקט זײַן מיט אַ װײַסן לײַלעך, קלאָר ווי זילבער, עס וועט ממש זײַן אַ מחיה־נפֿשות צו קוקן!
איין זאַך איז זיי שלעכט געווען: דער שמש וועט גיין פֿאַר טאָג רופֿן אין שול אַרײַן, וועט ער דעם שניי צעטרעטן.
וואָס טוט מען? נאָך לאַנג טראַכטן האָט מען אויסגעטראַכט: אַ פּאָר געזונטע טרעגערס וועלן טראָגן דעם שמש אויף די הענט.
מענטש א:אַ? וואָס איז דאֳס?
מענטש ב: וואָס איז דאֳס? דאָס איז שניי.
מענטש א: שניי ?? !!
מענטש ב: וואָס וועלן מיר טאָן? מען דאַרף אָנוואָרעמען אַלעמען.
מענטש א: עפֿן שנעל דעם שירעם!
מענטש ב: עס וועט גאָרנישט העלפֿן... מײַן שירעם האָט אַ גרויסן לאָך….
מענטש א: טאָ, פֿאַר וואָס טראָגסטו אַ שירעם?
מענטש ב: כ'האָב נישט געמיינט אַז עס וועט גיין אַ שניי...
מענטשן א + ב: שניי! שניי! מען טאָר נישט צעטרעטן דעם שניי.
מענטש ד: עס גייט אַ שניי!
לויפֿער: מיר מוזן געפֿינען אַ לייזונג! וואָס טוט מען?? וואָס טוט מען?
שמש: אַסיפֿה אין מקווה!
לויפֿער + מענטש ד: אַסיפֿה אין מקווה!
לויפֿער: אַסיפֿה! אַסיפֿה! הײַנט 3 אַ זייגער נאָך מיטאָג, אַן אַסיפֿה אין מקווה. שבֿע-טובֿי-העיר מיט אַלע באַלעבאַטים! אַלע קומען!
לויפֿער: מיר זענען געקומען דאָ הײַנט צו באַהאַנדלען די פּראָבלעם: דער שניי.
מענטש ה: וואָס איז די פּראָבלעם?
מענטש ו: אַן אסיפֿה אין מיטן העלן טאָג?
מענטש ז: דאָס איז אַ גוזמא!
מענטש ח: דו האָסט געהערט אַז חיימקעס זון איז אַריבער קיין אַמעריקע?
מענטש ט: אָ! טאַקע אַ מענטש פֿון דער גרויסער וועלט!
מענטש י: און וואָס מאַכט ער אין אַמעריקע?
מענטש ט: מאַכט אַ לעבן!
מענטש ז: די בערזשע!
מענטש יא: שוויצשאָפּ.
שמש: שאַ! גענוג מיט די רכילות! די פּראָבלעם איז זייער וויכטיק!
מענטש ד: ווער וועט אונדז אויפֿוועקען מאָרגן צום דאַוונען?
מענטש ט: פֿאַר וואָס זענען מיר אַהערגעקומען?
מענטש י: פּשיטא, דער שמש וועט קלאַפּן אין פֿענצטער.
מענטש יא: מיר וועלן אויפֿשטיין, ווי תּמיד!
לויפֿp;ער: וואָס איז די פּראָבלעם?
שמש: עס איז אַ סכּנה צו צעטרעטן דעם שניי!
לויפֿער: עס איז אַ סכּנה צו צעטרעטן דעם שניי!
שמש: איך קען נישט אויפֿוועקען דער עולם צום דאַוונען!
לויפֿער: דער שמש קען נישט אויפֿוועקען דעם עולם צום דאַוונען!
שמש: דער גולם איז באַשאַפֿן פֿון שניי!
לויפֿער: דער גולם איז באַשאַפֿן פֿון שניי!
אַלע: טאַקע אַ צרה! דער גולם איז באַשאַפֿן פֿון שניי!
לויפֿער: הערט! מענטש! מיר דאַרפֿן געפֿינען אַן עצה!
מענטש א: איך האָב אַן עצה!
אַלע:נוו!
מענטש א: מיר וועלן אויפֿוועקן די זון!
מענטש ה: שטאָפּ! דײַן מוח איז פֿאַרשטאָפּט. דו האָסט אַ לאָך אין קאָפּ!
לויפֿער: איך האָב אַן אײַנפֿאַל!
אַלע:נוווו.......
לויפֿער: איך האָב פֿאַרגעסן.. נישט וויכטיק.
אַלע:אוי
מענטש י: איך האָב געפֿונען!
אַלע: נווו. זאָג שוין אויס
מענטש י: מיר וועלן טראָגן דעם שמש אויף די הענט!
אַלע: או! דאָס איז אַ גוטער אײַנפֿאַל! אוי ווי שיין! כעלעמער חכמים
לויפֿער: ווער וויל טראָגן דעם שמש? נישט אַלע צוזאַמען.
אַלע: איך, איך...
לויפֿער: חיימקע, יאָסעלע, מענדל, געצל. קומט אַהער. די אַסיפֿה איז געשלאָסן.