צום סוף פֿון „אָבֿינו־מלכּנוס“ שטייט: „אָבֿינו־מלכּנו חננו ועננו כּי אין בנו מעשׂים עשה עמנו צדקה וחסד והושיענו“, וואָס מ׳זאָגט אין דער שטיל, קיינער זאָל די ווערטער נישט הערן.
דער משל
דער דובנער מגיד, רב יעקבֿ קראַנץ, האָט געזאָגט אַ משל פֿאַר וואָס זאָגט מען אָט דעם לעצטן „אָבֿינו־מלכּנו“ בלחש:
אַ פּראָווינצער מאַנופֿאַקטור־סוחר איז געקומען קיין וואַַרשע און אויסגעקליבן פֿאַר זיך אין אַ מאַנופֿאַקטור מאַגאַזין אַ פּעקל סחורה.
דער דאָזיקער סוחר, וואָס האָט שטענדיק געקויפֿט אין זעלבן מאַגאַזין סחורה פֿאַר קאַסע (באַרעס־געלט), איז אָבער בנתּיים פֿאַראָרעמט געוואָרן און נישט געהאַט באַלד אויפֿן אָרט מיט וואָס צו באַצאָלן פֿאַר דער סחורה.
ער האָט דערפֿאַר, נאָכן אײַנפּאַקן און אָפּרעכענען די סחורה, אײַנגעבויגן זיך צום באַלעבאָס און אײַנגערוימט אים אויפֿן אויער, אַז ער האָט איצט בײַ זיך נישט קיין געלט און געבעטן בתּחנונים צו געבן אים די סחורה בהקפֿה, ער וועט דערפֿאַר ווי אַמגיכסטן באַצאָלן.
דער נמשל
דער נמשל איז: די ייִדן האָבן אין די ביז איצטיקע „אָבֿינו־מלכּנוס“ געהייסן זיך דערלאַנגען פֿון כּל־טובֿ: חײם־טובֿים, גאולה וישועה, פּרנסה וכּלכּלה א. ד. גל.
האָבן זיי אָבער מורא אַז דער רבש״ע זאָל נישט אַ מאָל אַ פֿרעג טאָן: פֿאַר וועלכע מצוות און מעשׂים־טובֿים קומט אײַך דאָס אַלץ?
זאָגן זיי דערפֿאַר אין דער שטיל, ווי יענער פּראָווינצער סוחרל:
חננו ועננו כי אין בנו מעשׂים…
ד. ה. גיב אונדז דערווײַל, טאַטע־פֿאָטער אין הימל, דאָס אַלס אַ גמילות־חסדל, מיר וועלן דערפֿאַר שפּעטער באַצאָלן….