תּשעה־באָבֿ האָט דער מלמד פֿון שטעטל,
אַ גרױסער אבֿיון,
אַרומשפּאַצירט מיטן װײַב הינטער דער שטאָט.
װאָס עפּעס אַזאַ פֿאַרגעניגן זיך אָנצוטאָן
אין סאַמע תּשעה־באָבֿ?
האָבן ייִדן אים אױסגעפֿרעגט.
איר הערט דאָך האָט דער מלמד געענטפֿערט,
לעולם האָב איך שױן אַ סך מאָל אַזױ געװאָלט טאָן.
מיר האָבן זיך אָבער קײן מאָל נישט געקענט צופּאַסן:
האָב איך געהאַט שטיװל,
האָט דאָס װײַב נישט געהאַט קײן שיך,
און אױך פֿאַרקערט. הײַנט אָבער
װען מיר בײדע זענען אָסור בנעילת הסנדל,
פֿאַר װאָס זאָלן מיר נישט שפּאַצירן צוזאַמען?
„ווען גייט דער מלמד שפּאַצירן מיט זײַן װײַב?
נאָר תּשעה־באָבֿ, ווײַל תּשעה־באָבֿ גייט מען באָרוועס.”
אין גאַליציע האָט זיך געפֿירט אַ ביטערע מלחמה
צווישן די אָרטאָדאָקסן און די משׂכּילים.
בײַ איינע פֿון די וואַלן האָט זיך געשטעלט די פֿראַגע וועלכע פּאַרטיי צו שטיצן. ס'האָבן זיך אָרגאַניזירט צוויי פּאַרטייען,
פֿון איין זײַט די אָרטיקע גויים,
שׂונאי־יִשׂראל, און פֿון דער צווייטער זײַט ייִדישע משׂכּילים.
די פֿאָרשטייערס פֿון די משׂכּילים זענען געקומען
צו דעם בעלזער רבֿ ישׂכר־דבֿ
(תּרי"ב – תּרפּ"ז, 1852 – 1926)
און בעטן בײַ אים ער זאָל שטיצן זייער פּאַרטיי.
דער רבֿ האָט זיך פֿעסט קעגנגעשטעלט טענהנדיק
אַז פֿון די גויים זענען אַרויס געקומען ימים־טובֿים,
אַ דאַנק פּרעה פּראַווען דעם יום־טובֿ פּסח.
המן מיט זײַן רשעות האָט אונדז געשאָנקען דעם יום־טובֿ פּורים ווי אַ מתּנה
און פֿון אַנטיוכוס מיט זײַנע גזירות זענען אַרויסגעוואַקסן די חנוכּה אַכט טעג.
אָבער פֿון די ייִדישע באַנדיטן פֿונעם חורבן בית־שני וואָס איז פֿון דעם געוואָרן?
אַ יום־טובֿ? אַ שׂמחה?
גאָר פֿאַרקערט אַ תּענית, תּשעה־באָבֿ.