Pessah: Grâce au mérite des femmes - פּסח: אין זכות פֿון צדקניותדיקע פֿרויען

icone pencil? ווי אַזוי שפּרינגט אַרײַן ביעור־חמץ אין תּקיעת־השופֿר
Comment se fait‑il que l’élimination du "hametz" se mêle soudain au son du Chofar ?

נאָר בײַם הייליקן בערדיטשעווער איז געווען מעגלעך אַזאַ מין אויפֿטו. מהר"ש פֿון ליובאַוויטש האָט פֿאַרציילט אַן עובֿדה וואָס האָט זיך געטראָפֿן בײַם בערדיטשעווער. רבי לוי־יצחק האָט ראָש־השנה זיך אָפּגעשטעלט נאָך די תּקיעות און איידער ער איז צוגעגאַנגען צום עמוד דאַוונען מוסף האָט ער אויסגערופֿן נאָכן

"יהי רצון שכּל המלאכים היוצאים מהתּקיעות, מהשבֿרים, ומהתּרועות א.א.וו…" בזה הלשון:

"זיסער טאַטע, דערבאַרעמדיקער טאַטע, אויב די מלאכים וואָס זענען אַרויס פֿון תּקיעות־השופֿר פֿון רבי לוי־יצחק בן שׂרה־סאַשע זענען שוואַך, דעמאָלט וועלן צו זיי צושטיין די שטאַרקע און הייליקע מלאכים וואָס ווערן געשאַפֿן דורך דער מי, יגיעה און האָרעוואַניע פֿון ייִדישע ווײַבער ערבֿ־פּסח בײַם קראַצן, רײַבן, שײַערן צו מבֿער זײַן דעם חמץ.

און אויף ייִדיש זענען זיי אויך ר"תּ קשר"ק: קראַצן, שײַערן, רײַבן, קאַשערן."

אין זכות פֿון די ייִדישע ווײַבער האָבן זיך געשאַפֿן פֿרישע מלאכים, זאָלן זיי זײַן אַ מליץ־יושר!

דער גערער רבי, רב איטשע מאיר בעל חידושי הרי"ם אַז די מיצווה סוכּה איז די גרעסטע מיצווה ווײַל דער קריכט אין איר מיט די שטיוול.